[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דעם קנעכט פֿון ה׳, פֿון דָוִדן.
[2] די זינד רעדט צום רשע – קלער איך אין האַרצן; נישטאָ ג-טס מורא פֿאַר זײַנע אױגן.
[3] װאָרעם צו פֿיל חנפֿעט זי אים אין זײַנע אױגן, אַז ער זאָל קענען פֿײַנט האָבן זײַן פֿאַרברעך.
[4] די װערטער פֿון זײַן מױל זײַנען אומרעכט און באַטרוג, ער האָט אױפֿגעהערט פֿאַרשטײן צו טאָן גוטס.
[5] אומרעכט טראַכט ער אױף זײַן געלעגער, ער שטײט אױפֿן נישט גוטן װעג, דאָס בײז װערט אים נישט נמאס.
[6] ה׳, ביז אין די הימלען איז דײַן חֶסֶד, דײַן טרײַשאַפֿט ביז די װאָלקן.
[7] דײַן גערעכטיקײט איז װי די מאַכטיקע בערג, דײַנע משפּטים װי דער גרױסער תּהום; מענטשן און בהמות טוסטו העלפֿן, ה׳.
[8] װי טײַער איז דײַן חֶסֶד, אלֹקים, און די מענטשנקינדער שיצן זיך אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען.
[9] זײ זעטן זיך מיט דער פֿעטקײט פֿון דײַן הױז, און פֿון דעם טײַך פֿון דײַנע תּענוגים טרינקסטו זײ אָן.
[10] װאָרעם בײַ דיר איז דער קװאַל פֿון לעבן, אין דײַן ליכט זעען מיר ליכטיקײט.
[11] צי אױס דײַן חֶסֶד צו די װאָס קענען דיך, און דײַן גערעכטיקײט צו די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
[12] זאָל נישט צוקומען צו מיר דער פֿוס פֿון גאװה, און די האַנט פֿון רשעים זאָל מיך נישט פֿאַרװאָגלען.
[13] אָן זײַנען געפֿאַלן די טוער פֿון אומרעכט, זײ זײַנען אַנידערגעשטױסן, און קענען נישט אױפֿשטײן.