[1] אַ מיזמור. זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג, װאָרעם װוּנדער האָט ער געטאָן; זײַן רעכטע האַנט האָט אים געהאָלפֿן, און זײַן הײליקער אָרעם.
[2] ה׳ האָט געלאָזט װיסן זײַן ישועה, פֿאַר די אױגן פֿון פֿעלקער האָט ער אַנטפּלעקט זײַן גערעכטיקײט.
[3] ער האָט געדאַכט אָן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל; אַלע עקן פֿון דער ערד האָבן געזען די ישועה פֿון אלוקינו.
[4] שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד, ברעכט אױס און זינגט און שפּילט.
[5] שפּילט צו ה׳ אױף אַ האַרף, אױף אַ האַרף מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג.
[6] מיט טרומײטן און אַ קֹול פֿון שופֿר שאַלט פֿאַר ה׳ דעם מלך.
[7] זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט, די װעלט און די װױנער אין איר.
[8] די טײַכן זאָלן קלאַפּן די הענט, די בערג זאָלן זינגען אין אײנעם;
[9] פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד; ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, און די פֿעלקער מיט יושר.