Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָר, אלֹקים איז גוט צו יִשׂרָאֵל, צו די װאָס האָבן אַ רײן האַרץ.

[2] און איך – מײַנע פֿיס האָבן כּמעט זיך געבײגט, שיר זיך נישט אױסגעגליטשט האָבן מײַנע טריט.

[3] װאָרעם איך האָב מקנא געװען די מוטװיליקע, אַז דאָס גליק פֿון די רשעים פֿלעג איך זען.

[4] װאָרעם זײ האָבן נישט קײן יסורים, און זײער לײַב איז געזונט.

[5] די מאַטערניש פֿון לײַטן האָבן זײ נישט, און זײ װערן נישט געפּלאָגט אַזױ װי מענטשן.

[6] דערום איז גאװה זײער האַלדזבאַנד, װי אַן אָנטועכץ װיקלט זײ אײַן אומרעכט.

[7] פֿון פֿעטס קריכן אַרױס זײערע אױגן, די פֿאַרװעלענישן פֿון האַרצן לױפֿן איבער.

[8] זײ שפּעטן און רעדן מיט בײזקײט רױב, פֿון אױבן אַראָפּ רעדן זײ.

[9] זײ שטעלן אָן קעגן הימל זײער מױל, און זײער צונג גײט אום אױף דער ערד.

[10] דערום קערט זיך זײַן פֿאָלק אַהין צו, װאָרעם װאַסער פֿון שפֿע װערט געזופּט בײַ זײ.

[11] און זײ זאָגן: װי קען אֵל װיסן? און: איז דען דאָ װיסן בײַם עליון אױבערשטער?

[12] זע, דאָס זײַנען די רשעים, און אײביק בשלװה, מערן זײ גוטס.

[13] בלױז אומנישט האָב איך געלײַטערט מײַן האַרץ, און געװאַשן אין רײנקײט מײַנע הענט;

[14] װאָרעם איך בין געװען געפּלאָגט אַ גאַנצן טאָג, און אַלע פֿרימאָרגן איז געװען מײַן שטראָף.

[15] אַז איך װאָלט געזאָגט: איך װעל רעדן אַזױ, װאָלט איך דאָך אָן דעם דור פֿון דײַנע קינדער געפֿעלשט.

[16] אָבער אַז איך האָב זיך פֿאַרטראַכט דאָס צו פֿאַרשטײן, איז דאָס געװען אומרעכט אין מײַנע אױגן.

[17] ביז איך בין געקומען אין די הײליקטומען פֿון אֵל: האָב איך פֿאַרשטאַנען זײער סוף.

[18] פֿאַר װאָר, אױף אַ גליטש שטעלסטו זײ, װאַרפֿסט זײ אַראָפּ צום אונטערגאַנג.

[19] װי װערן זײ צו װיסט אין אַ רגע! זײ עקן זיך, זײ װערן פֿאַרלענדט פֿון שרעקענישן.

[20] װי אַ חלום אַז מע כאַפּט זיך אױף, אַזױ, אֲדֹנָי, װאַכנדיק, פֿאַראַכטסטו זײער בילד.

[21] יאָ, מײַן האַרץ פֿלעגט זײַן פֿאַרזױערט, און אין די נירן פֿלעגט מיר שטעכן;

[22] װײַל איך בין געװען פֿאַרגרעבט, און פֿלעג נישט װיסן; װי אַ בהמה בין איך געװען פֿאַר דיר.

[23] אָבער איך בין תּמיד בײַ דיר, דו האַלטסט מיך בײַ דער רעכטער האַנט.

[24] מיט דײַן עצה װעסטו מיך פֿירן, און צו כּבֿוד װעסטו מיך ברענגען.

[25] װעמען נאָך האָב איך אין הימל? און צו דיר באַגער איך נישט קײנעם אױף דער ערד.

[26] מײַן לײַב און מײַן האַרץ גײט אױס, דער פֿעלדז פֿון מײַן האַרצן און מײַן חלק איז אײביק אלֹקים.

[27] װאָרעם, זע, די װײַטע פֿון דיר װעלן אונטערגײן, דו פֿאַרשנײַדסט איטלעכן װאָס קערט זיך אָפּ פֿון דיר פֿאַר הורדום.

[28] אָבער איך – די נאָנטקײט פֿון אלֹקים איז מײַן גוטס, איך האָב געמאַכט אין אֲדֹנָי ה׳ מײַן באַשיצונג, כּדי צו דערצײלן װעגן אַלע דײַנע װערק.

תְּהִלִּים — Chapters