Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. אין מײַן נױט האָב איך גערופֿן צו ה׳, און ער האָט מיר געענטפֿערט.

[2] ה׳, זײַ מציל מײַן זעל פֿון דער ליפּ פֿון ליגן, פֿון דער צונג פֿון באַטרוג.

[3] װאָס װעט מען דיר געבן, און װאָס װעט מען דיר צולײגן, דו צונג פֿון באַטרוג?

[4] שאַרפֿע גיבור-פֿײַלן, מיט קױלן פֿון בעזעמבײמלעך.

[5] װײ מיר, װאָס איך האַלט זיך אױף אין מֶשֶך, װאָס איך װױן בײַ די געצעלטן פֿון קֵדָר.

[6] לאַנג האָט זיך אָנגעװױנט מײַן זעל בײַ דעם שׂונא פֿון שלום.

[7] איך בין לױטער שלום, אָבער אַז איך רעד, זײַנען זײ פֿאַר מלחמה.

תְּהִלִּים — Chapters