Skip to content
Opens in a new window

[1] אַז יִשׂרָאֵל איז אַרױס פֿון מִצרַיִם, דאָס הױז פֿון יעקבֿ פֿון אַ װילדשפּראַכיקן פֿאָלק,

[2] איז יהוּדה געװאָרן פֿאַר זײַן הײליקטום, יִשׂרָאֵל זײַן געװעלטיקונג.

[3] דער ים האָט דערזען און איז אַנטלאָפֿן, דער יַרדן האָט אָפּגעטראָטן אַהינטער.

[4] די בערג זײַנען געשפּרונגען װי װידערס, די הײכן װי יונגע שאָף.

[5] װאָס איז דיר, ים, װאָס דו לױפֿסט? דו יַרדן, װאָס דו טרעטסט אָפּ אַהינטער?

[6] איר בערג, װאָס איר שפּרינגט װי װידערס? איר הײכן – װי יונגע שאָף?

[7] פֿאַר אָדוֹן, טו ציטערן, ערד, פֿאַר דעם אֱלוֹהַּ פֿון יעקבֿ,

[8] װאָס פֿאַרקערט דעם פֿעלדז אין אַ טײַך װאַסער, קיזלשטײן אין אַ װאַסערקװאַל.

תְּהִלִּים — Chapters