Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור; אַ ליד. זײַן גרונטפֿעסט איז אױף די הײליקע בערג.

[2] ה׳ האָט ליב די טױערן פֿון צִיוֹן מער פֿון אַלע װױנונגען פֿון יעקבֿ.

[3] פּראַכטיקס װערט גערעדט פֿון דיר, דו שטאָט פֿון אלֹקים. סֶלָה.

[4] איך דערמאָן רַהַבֿ און בָבֿל פֿאַר מײַנע באַקענטע; אָט איז פּלֶשֶת, און צוֹר מיט כּוּש: דער דאָזיקער איז אין איר געבאָרן געװאָרן.

[5] אָבער פֿון צִיוֹן װערט געזאָגט: דער און יענער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן, און דער עליון אַלײן באַפֿעסטיקט זי.

[6] ה׳ צײלט בײַם פֿאַרשרײַבן די פֿעלקער: דער דאָזיקער איז דאָרטן געבאָרן געװאָרן. סֶלָה.

[7] יאָ, אַזױ װי פֿלײטנשפּילער זינגען אַלע מײַנע אינגעװײד, פֿון דיר.

תְּהִלִּים — Chapters