[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; פֿון אָסָפֿן אַ מיזמור.
[2] מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און איך שרײַ, מײַן קֹול איז צו אלֹקים, און פֿאַרנעם צו מיר.
[3] אין טאָג פֿון מײַן נױט זוך איך אֲדֹנָי, מײַן האַנט איז אױסגעשטרעקט בײַ נאַכט אָן אױפֿהער, מײַן זעל װיל זיך נישט טרײסטן.
[4] אַז איך דערמאָן זיך, אלֹקים, טו איך ברומען, איך קלאָג, און מײַן גײַסט פֿאַרגײט זיך. סֶלָה.
[5] דו האַלטסט צו די ברעמען פֿון מײַנע אױגן; איך בין צערודערט און קען נישט רעדן.
[6] איך טראַכט אָן די טעג פֿון אַ מאָל, אָן די יאָרן פֿון פֿאַרצײַטן.
[7] איך דערמאָן זיך מײַן געזאַנג בײַ נאַכט, איך רעד מיט מײַן האַרצן, און עס פֿאָרשט מײַן גײַסט:
[8] װעט אױף אײביק אֲדֹנָי פֿאַרלאָזן, און װעט מער נישט באַװיליקן װידער?
[9] איז אױסגעגאַנגען אױף אײביק זײַן חֶסֶד? איז דער צוזאָג געענדיקט אױף דור-דורות?
[10] האָט פֿאַרגעסן צו לײַטזעליקן אֵל? צי האָט ער אין צאָרן פֿאַרשלאָסן זײַן רַחמָנות? סֶלָה.
[11] און איך זאָג: דאָס איז מײַן װײטאָג, װאָס געביטן האָט זיך די רעכטע האַנט פֿון עליון.
[12] איך דערמאָן די אױפֿטוען פֿון ה׳, יאָ, איך דערמאָן דײַנע װוּנדער פֿון פֿאַרצײַטן.
[13] און איך טראַכט אָן אַל דײַן װערק, און אָן דײַנע טוּונגען טו איך קלערן.
[14] אלֹקים, אין הײליקײט איז דײַן װעג; װער איז אַ גרױסער אֵל װי אלֹקים?
[15] דו ביסט הָאֵל װאָס טוט װוּנדער, האָסט געלאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער דײַן שטאַרקײט.
[16] האָסט אױסגעלײזט מיטן אָרעם דײַן פֿאָלק, די קינדער פֿון יעקבֿ און יוֹסף. סֶלָה.
[17] געזען האָבן דיך די װאַסערן, אלֹקים, געזען האָבן דיך די װאַסערן, האָבן זײ װײען געקריגן, און געציטערט האָבן די תּהומען.
[18] געפֿלײצט װאַסער האָבן די װאָלקנס, אַ קֹול האָבן אַרױסגעלאָזט די הימלען, און דײַנע פֿײַלן זײַנען אומגעלאָפֿן.
[19] דער קֹול פֿון דײַן דונער איז געװען אין דעם װירבל-װינט, בליצן האָבן באַלוכטן די װעלט, געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.
[20] דורכן ים איז געװען דײַן װעג, און דײַן שטעג דורך װאַסערן גרױסע, און דײַנע טריט זײַנען נישט געמערקט געװאָרן.
[21] האָסט געפֿירט אַזױ װי שאָף דײַן פֿאָלק, דורך דער האַנט פֿון משהן און אַהרֹנען.