Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿרײט זיך צדיקים, מיט ה׳, שײן פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע איז לױבונג.

[2] גיט אַ דאַנק צו ה׳ אױף אַ האַרף, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס שפּילט צו אים.

[3] זינגט צו אים אַ נײַ געזאַנג, שפּילט װױל מיט געשאַל.

[4] װאָרעם רעכטפֿאַרטיק איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ און זײַן יעטװעדער טוּונג איז מיט טרײַשאַפֿט.

[5] ער האָט ליב רעכט און גערעכטיקײט, מיט דעם חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿול די ערד.

[6] דורך דעם װאָרט פֿון ה׳ זײַנען די הימלען געמאַכט געװאָרן, און דורך דעם רוּחַ פֿון זײַן מױל זײער גאַנצער חיל.

[7] ער זאַמלט װי אַ סטױג די װאַסערן פֿון ים, ער טוט אַרײַן אין שפּײַכלערס די תּהומען.

[8] מורא פֿאַר ה׳ האָט די גאַנצע ערד, פֿאַר אים פֿאָרכטן אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט.

[9] װאָרעם ער זאָגט, און עס געשעט, ער באַפֿעלט, און עס באַשטײט.

[10] ה׳ פֿאַרשטערט דעם באַראָט פֿון די פֿעלקער, ער פֿאַרװערט די מחשבֿות פֿון די אומות.

[11] דער באַראָט פֿון ה׳ װעט אױף אײביק באַשטײן, די טראַכטונגען פֿון זײַן האַרצן אױף דור-דורות.

[12] װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ה׳ איז זײַן ג-ט, צו דער אומה װאָס ער האָט געװײלט זיך צום אַרב.

[13] פֿון הימל לוגט ה׳, ער זעט אַלע מענטשנקינדער;

[14] פֿון דעם אָרט פֿון זײַן װױנונג באַטראַכט ער אַלע באַװױנער פֿון דער ערד;

[15] ער װאָס פֿורעמט זײער אַלעמענס האַרץ, װאָס פֿאַרשטײט אַלע זײערע מעשׂים.

[16] אַ מלך װערט נישט געהאָלפֿן דורך פֿיל חיל, אַ גיבור װערט נישט ניצול דורך גרױס כּוֹח;

[17] אַן אָפּנאַר איז דער פֿערד פֿאַר הילף, און מיט זײַן גרױס כּוֹח װעט ער נישט מאַכן אַנטרינען.

[18] זע, דאָס אױג פֿון ה׳ איז אױף די װאָס פֿאָרכטן אים, אױף די װאָס האָפֿן צו זײַן חֶסֶד,

[19] מציל צו זײַן פֿון טױט זײער זעל, און זײ צו דערהאַלטן אין הונגער.

[20] אונדזער זעל האָט געהאַרט אױף ה׳, אונדזער הילף און אונדזער שילד איז ער.

[21] װאָרעם מיט אים פֿרײט זיך אונדזער האַרץ, װאָרעם אױף זײַן הײליקן נאָמען האָבן מיר זיך פֿאַרזיכערט.

[22] זאָל דײַן חֶסֶד, ה׳, זײַן אױף אונדז, אַזױ װי מיר האָבן געהאָפֿט צו דיר.

תְּהִלִּים — Chapters