[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.
[2] װי ליב זײַנען דײַנע װױנונגען, ה׳ צבָֿאוֹת!
[3] מײַן זעל גאַרט און גײט אױס נאָך די הױפֿן פֿון ה׳; מײַן האַרץ און מײַן לײַב זינגען צום לעבעדיקן אֵל.
[4] אַפֿילו אַ שפּערל געפֿינט אַ הײם, און אַ שװאַלב אַ נעסט פֿאַר זיך, װוּ זי טוט אַהין אירע יונגע, בײַ דײַנע מזבחות, ה׳ צבָֿאוֹת, מײַן קיניג און מײַן ג-ט.
[5] װױל צו די װאָס זיצן אין דײַן הױז; תּמיד װעלן זײ דיך לױבן. סֶלָה.
[6] װױל צו די מענטשן װאָס זײער שטאַרקײט איז אין דיר, װאָס דײַנע װעגן זײַנען אין זײער האַרצן.
[7] דורכגײענדיק דעם טאָל בָכאָ, מאַכן זײ אים פֿאַר אַ קװאַל; יאָ, אַ פֿרירעגן באַקלײדט אים מיט ברכות.
[8] זײ גײען פֿון שטאַרקײט צו שטאַרקײט, זײ װײַזן זיך פֿאַר אלֹקים אין צִיוֹן.
[9] ה׳ דו אלֹקים פֿון צבָֿאוֹת, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם, דו אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.
[10] אלֹקים אונדזער שילד, זע, און קוק אױף דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.
[11] װאָרעם בעסער אַ טאָג אין דײַנע הױפֿן אײדער טױזנט; איך װאָלט אױסגעװײלט שטײן בײַם שװעל אין הױז פֿון מײַן ג-ט, אײדער װױנען אין געצעלטן פֿון אומרעכט.
[12] װאָרעם אַ זון און אַ שילד איז ה׳ אלֹקים, חן און כּבֿוד גיט ה׳; ער פֿאַרמײַדט נישט קײן גוטס פֿון די װאָס גײען אין ערלעכקײט.
[13] ה׳ צבָֿאוֹת, װױל צו דעם מענטשן װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.