[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אױף עַלָמות; אַ ליד.
[2] אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג און אַ שטאַרקײט, אַ הילף אין צרות, גרינג צו געפֿינען.
[3] דערום װעלן מיר נישט מורא האָבן, װען די ערד זאָל זיך בײַטן, און װען די בערג זאָלן אומפֿאַלן אין האַרצן פֿון ים.
[4] מעגן ברומען, מעגן שױמען זײַנע װאַסערן, מעגן ציטערן די בערג פֿאַר זײַן הױכקײט. סֶלָה.
[5] אַ טײַך איז דאָ, װאָס זײַנע שטראָמען דערפֿרײען די שטאָט פֿון אלֹקים, די הײליקסטע װױנונג פֿון עליון.
[6] אלֹקים איז אין איר מיטן, זי װעט נישט אומפֿאַלן, אלֹקים װעט זי העלפֿן אַקעגן פֿרימאָרגן.
[7] פֿעלקער האָבן געטומלט, קיניגרײַכן זײַנען אומגעפֿאַלן; ער האָט אַרױסגעלאָזט זײַן קֹול, טוט זיך װאַקלען די ערד.
[8] מיט אונדז איז ה׳ צבָֿאוֹת, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.
[9] גײט זעט די אױפֿטוען פֿון ה׳, װאָס האָט געמאַכט פֿאַרװיסטונגען אין לאַנד.
[10] ער מאַכט אױפֿהערן מלחמות ביזן עק פֿון דער ערד, דעם בױגן צעברעכט ער, און טוט צעהאַקן דעם שפּיז; רײַטװעגן פֿאַרברענט ער אין פֿײַער.
[11] לאָזט אָפּ, און זײַט װיסן אַז איך בין אלֹקים, איך בין דערהױבן צװישן די פֿעלקער, דערהױבן אױף דער ערד.
[12] ה׳ צבָֿאוֹת איז מיט אונדז, אַ פֿעסטונג איז אונדז דער אלוקי יעקבֿ. סֶלָה.