Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] ה׳, מיט דײַן שטאַרקײט פֿרײט זיך דער מלך, און מיט דײַן הילף װי זײער לוסטיק איז ער!

[3] דעם באַגער פֿון זײַן האַרצן האָסטו אים געגעבן, און דעם פֿאַרלאַנג פֿון זײַנע ליפּן האָסטו נישט פֿאַרמיטן. סֶלָה.

[4] װאָרעם דו טראָגסט אים אַנטקעגן ברכות פֿון גוטס, טוסט אָן אױף זײַן קאָפּ פֿון גינגאָלד אַ קרױן.

[5] לעבן האָט ער געבעטן בײַ דיר, האָסטו אים געגעבן; אַריכת-ימים אױף אײביק און שטענדיק.

[6] גרױס איז זײַן כּבֿוד דורך דײַן הילף, גלאַנץ און שײנקײט טוסטו אױף אים אַרױף.

[7] װאָרעם דו מאַכסט אים פֿאַר אַ בענטשונג אױף אײביק, דערפֿרײסט אים מיט שׂימחה פֿאַר דײַן פּנים.

[8] װאָרעם דער מלך פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, און דורך דעם חֶסֶד פֿון עליון װעט ער נישט אומפֿאַלן.

[9] דײַן האַנט װעט דערגרײכן אַלע דײַנע פֿײַנט, דײַן רעכטע װעט דערגרײכן דײַנע שָׂונאים.

[10] װעסט זײ מאַכן װי אַ פֿײַעראױװן אין צײַט פֿון דײַן צאָרן; ה׳ װעט זײ אומברענגען אין זײַן כּעס, און אַ פֿײַער װעט זײ פֿאַרצערן.

[11] זײער פֿרוכט װעסטו אונטערברענגען פֿון דער ערד, און זײער זאָמען פֿון מענטשנקינדער.

[12] װאָרעם זײ האָבן אָנגעצױגן שלעכטס קעגן דיר; זײ האָבן געטראַכט בײזע געדאַנקען, װעלן זײ נישט אױספֿירן.

[13] װאָרעם װעסט זײ מאַכן אומקערן דעם רוקן, מיט דײַנע בױגנשטריק װעסטו צילן אױף זײער פּנים.

[14] דערהײב דיך, ה׳, אין דײַן שטאַרקײט; מיר װעלן זינגען און לױבן דײַן גבֿורה.

תְּהִלִּים — Chapters