[1] הַלְלוּ יָהּ. לױבט ה׳, פֿון די הימלען, לױבט אים אין די הײכן.
[2] לױבט אים, אַלע זײַנע מלאָכים; לױבט אים, אַלע זײַנע חילות.
[3] לױבט אים, זון און לבֿנה; לױבט אים, אַלע ליכטיקע שטערן.
[4] לױבט אים, די הימלען פֿון די הימלען, און די װאַסערן װאָס איבער די הימלען.
[5] זאָלן זײ לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳, װאָרעם ער האָט באַפֿױלן, און זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן.
[6] און ער האָט זײ אױפֿגעשטעלט אױף שטענדיק, אױף אײביק; ער האָט געשטעלט אַ געזעץ װאָס זאָל נישט פֿאַרגײן.
[7] לױבט ה׳, פֿון דער ערד, איר ים-חיות און אַלע תּהומען;
[8] פֿײַער און האָגל, שנײ און נעבל; דער שטורעמװינט װאָס טוט זײַן װאָרט;
[9] בערג און אַלע הײכן, פֿרוכטבײמער און אַלע צעדערן;
[10] חיות און אַלע בהמות, שרצים און געפֿליגלטע פֿױגלען;
[11] מלכים פֿון דער ערד און אַלע פֿעלקער, האַרן און אַלע ריכטער פֿון דער ערד;
[12] בחורים און אױך יונגפֿרױען, זקנים מיט ייִנגלעך.
[13] זײ זאָלן לױבן דעם נאָמען פֿון ה׳, װאָרעם זײַן נאָמען אַלײן איז דערהױבן; זײַן גלאַנץ איבער ערד און הימל.
[14] און ער האָט דערהײכט דעם האָרן פֿון זײַן פֿאָלק – אַ לױב פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע, פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, דעם פֿאָלק װאָס איז אים נאָנט. הַלְלוּ יָהּ.