[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל, אױף שמינית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] נישט אין דײַן כּעס זאָלסטו מיך מוסרן, ה׳, און נישט אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.
[3] לײַטזעליק מיך, ה׳, װאָרעם איך װער פֿאַרשניטן, הײל מיך, ה׳, װאָרעם מײַנע בײנער זײַנען דערשראָקן,
[4] און מײַן זעל איז דערשראָקן זײער, און דו ה׳, ביז װאַנען?
[5] קער זיך אום, ה׳, דערלײז מײַן זעל, העלף מיך פֿון װעגן דײַן גענאָד.
[6] װאָרעם נישטאָ אין טױט דײַן דערמאָנונג, אין שְׁאֹול װער װעט דיך לױבן?
[7] איך בין מיד פֿון מײַן זיפֿצן, איך באַװאַש אַלע נאַכט מײַן געלעגער, איך מאַך צעגײן אין מײַנע טרערן מײַן בעט.
[8] מאַט געװאָרן פֿון קומער איז מײַן אױג, אַלט געװאָרן פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט.
[9] קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, אַלע טוער פֿון אומרעכט, װאָרעם ה׳ האָט געהערט דעם קֹול פֿון מײַן געװײן.
[10] ה׳ האָט געהערט מײַן געבעט, ה׳ נעמט אָן מײַן תּפֿילה.
[11] פֿאַרשעמט און דערשראָקן זײער װעלן װערן אַלע מײַנע פֿײַנט; זײ װעלן אָפּטרעטן פֿאַרשעמט אין אַ רגע.