[1] פֿון דָוִדן. ברוך ה׳ מײַן פֿעלדז, װאָס לערנט מײַנע הענט צו קריג, מײַנע פֿינגער צו מלחמה.
[2] מײַן גענאָד און מײַן פֿעסטונג, מײַן טורעם און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען: מײַן שילד און דער װאָס איך שיץ מיך אין אים, דער װאָס אונטערטעניקט מײַן פֿאָלק אונטער מיר.
[3] ה׳, װאָס איז דער מענטש, אַז דו זאָלסט זיך קימערן אום אים? און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אַכטן אױף אים?
[4] אַ מענטש איז געגליכן צו אַ הױך, זײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס פֿאַרגײט.
[5] ה׳, נײַג דײַנע הימלען און זאָלסט אַראָפּנידערן, ריר אָן די בערג, און זײ זאָלן רײכערן.
[6] בליץ אַרױס אַ בליץ, און זאָלסט זײ צעשפּרײטן, שיק דײַנע פֿײַלן, און פֿאַרטומל זײ.
[7] שטרעק אױס דײַנע הענט פֿון דער הײך, רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע,
[8] װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.
[9] אלֹקים, אַ נײַ געזאַנג װעל איך דיר זינגען, אױף אַ גיטאַר פֿון צען סטרונעס װעל איך שפּילן צו דיר,
[10] װאָס גיסט הילף צו די מלכים, װאָס רײַסט אַרױס דָוִד זײַן קנעכט פֿון דער בײזער שװערד.
[11] רײַס מיך אַרױס און זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון פֿרעמדגעבאָרענע, װאָס זײער מױל רעדט פֿאַלשקײט, און זײער רעכטע האַנט איז אַ רעכטע האַנט פֿון ליגן.
[12] װאָס אונדזערע זין זײַנען װי אױפֿגעװאַקסענע פֿלאַנצן אין זײער יוגנט; אונדזערע טעכטער װי װינקלזײַלן געשניצט לױט דעם בױ פֿון אַ הֵיכל;
[13] אונדזערע שפּײַכלערס פֿול, אַרױסגעבנדיק אַלערלײ מינים; אונדזערע שאָף אין טױזנטן, אין צענטױזנטן, אױף אונדזערע פֿעלדער;
[14] אונדזערע אָקסן באַלאָדן; קײן בראָך, און קײן מינערונג, און קײן װײגעשרײ אין אונדזערע גאַסן –
[15] װױל צו דעם פֿאָלק װאָס בײַ אים איז אַזױ, װױל צו דעם פֿאָלק װאָס ה׳ איז זײַן ג-ט.