Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער אױף נחילות; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] פֿאַרנעם מײַנע װערטער, ה׳. מערק מײַן זיפֿצעניש.

[3] האָרך צום קֹול פֿון מײַן געשרײ, מײַן קיניג און מײַן ג-ט, װאָרעם צו דיר טו איך בעטן.

[4] ה׳, פֿרימאָרגנס הער צו מײַן קֹול, פֿרימאָרגנס טענה איך צו דיר, און קוק אױס.

[5] װאָרעם נישט אַן אֵל װאָס װיל אומרעכט ביסטו, בײַ דיר קען נישט װײַלן קײן שלעכטס.

[6] פּראָלער קענען נישט שטײן פֿאַר דײַנע אױגן, האָסט פֿײַנט אַלע טוער פֿון אומרעכט.

[7] ברענגסט אונטער די װאָס רעדן ליגן; דעם מאַן פֿון בלוט און באַטרוג פֿאַראומװערדיקט ה׳.

[8] אָבער איך װעל קומען אין דײַן הױז דורך דײַן גרױס גענאָד, איך װעל מיך בוקן אין דײַן הײליקן הֵיכל צװישן דײַנע פֿאָרכטער.

[9] ה׳, פֿיר מיך אין דײַן גערעכטיקײט פֿון װעגן מײַנע לױערער, מאַך גלײַך דײַן װעג פֿאַר מיר.

[10] װאָרעם נישטאָ אין זײער מױל קײן ריכטיקײט, זײער אינגעװײד איז אַן אונטערגאַנג, אַן אָפֿענער קבֿר איז זײער קעל; זײער צונג מאַכן זײ גלאַט.

[11] פֿאַרמשפּט זײ אלֹקים, זאָלן זײ פֿאַלן דורך זײערע באַראָטן; פֿאַרשטױס זײ פֿאַר זײערע פֿיל פֿאַרברעכן, װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן דיר.

[12] און אַלע װאָס שיצן זיך אין דיר, װעלן זיך פֿרײען, אײביק װעלן זײ זינגען, װאָרעם װעסט זײ באַשירעמען, און די ליבהאָבער פֿון דײַן נאָמען װעלן זײַן לוסטיק מיט דיר.

[13] װאָרעם דו בענטשסט דעם צדיק, ה׳, װי אַ שילד מיט גוטװיליקײט רינגלסטו אים אַרום.

תְּהִלִּים — Chapters