[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף ה׳ זײַנען אַזױ װי באַרג צִיוֹן, װאָס רירט זיך נישט; אײביק פֿאַרבלײַבט ער.
[2] ירושָלַיִם – אַרום איר זײַנען בערג, און ה׳ איז אַרום זײַן פֿאָלק, פֿון אַצונד און ביז אײביק.
[3] װאָרעם דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט נישט רוען אױף דעם גורל פֿון די גערעכטע, כּדי די גערעכטע זאָלן נישט אױסשטעקן אין אומגערעכטיקײט זײערע הענט.
[4] באַגיטיק, ה׳, די גוטע, און די װאָס זײַנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער.
[5] אָבער די װאָס נײַגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן, זײ װעט ה׳ אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט. שלום אױף יִשׂרָאֵל!
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150