Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער הײל; אַ תּפֿילה.

[2] מיט מײַן קֹול שרײַ איך צו ה׳, מיט מײַן קֹול בעט איך צו ה׳.

[3] איך גיס אױס פֿאַר אים מײַן קלאָג, מײַן נױט דערצײל איך פֿאַר אים.

[4] װען מײַן געמיט פֿאַרגײט אין מיר, דו װײסט דאָך מײַן שטעג – אױף דעם װעג װאָס איך גײ, האָבן זײ מיר אַ פּאַסטקע באַהאַלטן.

[5] קוק רעכטס, און זע, אַז איך האָב נישט קײן באַקענטן; פֿאַרלאָרן איז אַנטרינונג פֿון מיר, קײנער פֿרעגט נישט אױף מײַן זעל.

[6] איך שרײַ צו דיר, ה׳, איך זאָג: ביסט מײַן באַשיצונג, מײַן טײל אין דעם לאַנד פֿון די לעבעדיקע.

[7] פֿאַרנעם מײַן געשרײ, װאָרעם איך בין געפֿאַלן זײער; זײַ מיך מציל פֿון מײַנע נאָכיאָגער, װאָרעם זײ זײַנען שטאַרקער פֿון מיר.

[8] צי אַרױס פֿון פֿעסטונג מײַן זעל, צו לױבן דײַן נאָמען; דורך מיר װעלן די צדיקים זיך קרײנען, אַז דו װעסט מיר גוטס טאָן.

תְּהִלִּים — Chapters