Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ תּפֿילה פֿון משה דעם מאַן פֿון ג-ט. אֲדֹנָי, דו ביסט אונדז געװען באַשיצונג אין אַלע דורות.

[2] אײדער די בערג זײַנען געבאָרן געװאָרן, און דו האָסט באַשאַפֿן די ערד און די װעלט, און פֿון אײביקײט ביז אײביקײט, ביסט דו אֵל.

[3] ברענגסט דעם מענטשן ביז דערשלאָגנקײט, און זאָגסט: טוט תּשובֿה, איר מענטשנקינדער.

[4] װאָרעם טױזנט יאָר איז אין דײַנע אױגן װי דער נעכטיקער טאָג, װען ער איז פֿאַרגאַנגען, און װי אַ װאַך אין דער נאַכט.

[5] שטראָמסט זײ אַװעק, װי אַ דרעמל װערן זײ; אין פֿרימאָרגן װי גראָז געװאַקסן,

[6] אין פֿרימאָרגן געבליט און געװאַקסן – צום אָװנט אָפּגעשניטן און פֿאַרדאַרט.

[7] װאָרעם מיר װערן פֿאַרלענדט אין דײַן כּעס, און אין דײַן גרימצאָרן װערן מיר פֿאַרכאַפּט.

[8] האַלטסט אונדזערע זינד אַנטקעגן דיר, אונדזערע פֿאַרבאָרגענישן פֿאַרן ליכט פֿון דײַן פּנים.

[9] װאָרעם אַלע אונדזערע טעג פֿאַרגײען אין דײַן גרימצאָרן, מיר ענדיקן אונדזערע יאָרן אַזױ װי אַ הױך.

[10] די טעג פֿון אונדזערע יאָרן, זײ זײַנען זיבעציק יאָר, און אַז אין גבֿורה, איז אַכציק יאָר; און זײער שטאָלץ איז מאַטערניש און אומגליק; װאָרעם גיך פֿאַרגײט עס, און מיר פֿליִען אַװעק.

[11] װער פֿאַרשטײט די מאַכט פֿון דײַן כּעס, אַז װי דײַן מוֹראדיקײט אַזױ איז דײַן גרימצאָרן?

[12] לערן אונדז ריכטיק צו צײלן אונדזערע טעג, כּדי מיר זאָלן קריגן אַ האַרץ פֿון חכמה.

[13] קער זיך אום, ה׳ – װי לאַנג נאָך? – און דערבאַרים זיך אױף דײַנע קנעכט.

[14] זעטיק אונדז אין פֿרימאָרגן מיט דײַן חֶסֶד, כּדי מיר זאָלן זינגען און זײַן פֿרײלעך אין אַלע אונדזערע טעג.

[15] דערפֿרײ אונדז װי די טעג װאָס דו האָסט אונדז געפּײַניקט, די יאָרן װאָס מיר האָבן געזען בײז.

[16] זאָל באַװיזן װערן דײַן טוּונג צו דײַנע קנעכט, און דײַן פּראַכט אױף זײערע קינדער.

[17] און זאָל די ליבלעכקײט פֿון אֲדֹנָי אלוקינו זײַן אױף אונדז; און באַפֿעסטיק פֿאַר אונדז דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, יאָ, דאָס װערק פֿון אונדזערע הענט, באַפֿעסטיק עס.

תְּהִלִּים — Chapters