Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם.

[2] גזירט איר פֿירװאָר גערעכטיקייט, אָ ג-טער? משפּט איר מיט יושר די מענטשנקינדער?

[3] יאָ, אין האַרצן אַרבעט איר אױס פֿאַרברעכן, אױף דער ערד פֿירט איר דורך דאָס אומרעכט פֿון אײַערע הענט.

[4] די רשעים זײַנען אָפּגעקערט פֿון טראַכט אָן, פֿון מוטערלײַב אָן בלאָנדזשען די ליגנזאָגערס.

[5] אַ גיפֿט איז בײַ זײ גלײַך װי גיפֿט פֿון אַ שלאַנג; װי דער טױבער נאָטער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער,

[6] װאָס הערט נישט צו דעם קֹול פֿון באַשװערער, פֿון דעם קליגסטן שפּרעכער פֿון שפּרוכן.

[7] אלֹקים, צעברעך זײערע צײן אין זײער מױל, די באַקצײן פֿון די יונגלײבן האַק אױס, ה׳.

[8] זאָלן זײ צעגײן װי װאַסער װאָס צעלױפֿט זיך; שפּאַנט ער זײַנע פֿײַלן, זאָלן זײ װי אָפּגעשניטן װערן.

[9] װי אַ צעקראָכענע שנעק זאָל ער פֿאַרגײן, װי אַ מפּיל, װי אַ קראָט, װאָס האָבן די זון נישט געזען.

[10] אײדער אײַערע טעפּ װעלן דערשפּירן די דערנער, זאָל ער עס אַװעקשטורעמען, דאָס רױע װי דאָס צוגעברענטע.

[11] דער צדיק װעט זיך פֿרײען, אַז ער זעט נקמה, זײַנע טריט װעט ער װאַשן אין בלוט פֿון דעם רשע.

[12] און מענטשן װעלן זאָגן: יאָ, עס איז דאָ אַ פֿרוכט פֿאַרן צדיק; יאָ, פֿאַראַן אַ אלֹקים װאָס משפּט אױף דער ערד.

תְּהִלִּים — Chapters