Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. נײַג צו, ה׳, דײַן אױער, ענטפֿער מיר, װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך.

[2] באַהיט מײַן זעל װאָרעם איך בין פֿרום, העלף, דו מײַן ג-ט, דײַן קנעכט װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף דיר.

[3] לײַטזעליק מיך, אֲדֹנָי, װאָרעם צו דיר רוף איך אַ גאַנצן טאָג.

[4] דערפֿרײ די זעל פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם צו דיר, אֲדֹנָי, הײב איך אױף מײַן נפֿש.

[5] װאָרעם דו, אֲדֹנָי, ביסט גוט און פֿאַרגעביק, און פֿילגענאָדיק צו אַלע װאָס רופֿן דיך.

[6] פֿאַרנעם, ה׳, מײַן תּפֿילה, און האָרך צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.

[7] אין טאָג פֿון נױט רוף איך דיך, װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן.

[8] נישטאָ אַזאַ װי דו, אֲדֹנָי, צװישן די ג‑טער, און נישטאָ אַזױ װי דײַנע מעשׂים.

[9] אַלע פֿעלקער װאָס דו האָסט געמאַכט, װעלן קומען און זיך בוקן פֿאַר דיר, אֲדֹנָי, און געבן כּבֿוד צו דײַן נאָמען.

[10] װאָרעם גרױס ביסטו, און טוסט װוּנדער, דו אלֹקים אַלײן.

[11] לערן מיך, ה׳, דײַן װעג, איך זאָל גײן אין דײַן אמת, אײנציק מײַן האַרץ צו פֿאָרכטן דײַן נאָמען.

[12] איך װעל דיך לױבן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט, מיט מײַן גאַנצן האַרצן, און ערלעכן דײַן נאָמען אױף אײביק.

[13] װאָרעם גרױס איז דײַן חֶסֶד צו מיר, און האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון דער טיפֿער שְׁאֹול.

[14] אלֹקים, מוטװיליקע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און אַ באַנדע געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן, און זײ האַלט דיך נישט אַנטקעגן זיך.

[15] אָבער דו, אֲדֹנָי, ביסט אַ דערבאַרעמדיקער און לײַטזעליקער אֵל, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד און טרײַשאַפֿט.

[16] קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, גיב דײַן שטאַרקײט צו דײַן קנעכט, און העלף דעם זון פֿון דײַן דינסט.

[17] מאַך מיר אַ צײכן צום גוטן, און זאָלן זען מײַנע שָׂונאים און פֿאַרשעמט װערן, אַז דו ה׳ האָסט מיך געהאָלפֿן און מיך געטרײסט.

תְּהִלִּים — Chapters