Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון דָוִדן אַ מיזמור. ה׳ס איז די ערד און איר פֿולקײט, די װעלט און די װױנער אין איר.

[2] װאָרעם ער האָט זי אױף ימען געגרונטפֿעסט, און האָט זי אױף טײַכן געשטעלט.

[3] װער קען אַרױפֿגײן אױף דעם באַרג פֿון ה׳? און װער קען שטײן אין זײַן הײליקן אָרט?

[4] דער װאָס האָט רײנע הענט און אַ לױטער האַרץ, װאָס האָט מיך נישט דערמאָנט צום פֿאַלשן, און נישט געשװאָרן מיט באַטרוג.

[5] ער װעט קריגן אַ ברכה פֿון ה׳, און גענאָד פֿון דעם אלֹקים פֿון זײַן הילף.

[6] דאָס איז דער דור פֿון די װאָס פֿאָרשן אים, װאָס זוכן דײַן פּנים אָ יעקבֿ. סֶלָה.

[7] הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אײַך אױף, איר אײביקע טירן, און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.

[8] װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט? ה׳ דער שטאַרקער און דער גיבור, ה׳ דער גיבור פֿון מלחמה.

[9] הײבט אױף, איר טױערן, אײַערע קעפּ, און הײבט אױף, איר אײביקע טירן, און זאָל אַרײַנגײן דער קיניג פֿון פּראַכט.

[10] װער איז דער קיניג פֿון פּראַכט? ה׳ צבָֿאוֹת, ער איז דער קיניג פֿון פּראַכט. סֶלָה.

תְּהִלִּים — Chapters