[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שוֹשַנים, פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ באַטראַכטונג, אַ געזאַנג פֿון ליבשאַפֿט.
[2] עס ייִרט מײַן האַרץ מיטן שײנעם װאָרט, איך װעל פֿירזאָגן מײַנע לידער צום מלך; מײַן צונג איז די פּען פֿון אַ שרײַבער אַ פֿלינקן.
[3] ביסט שענער פֿון אַלע מענטשנקינדער, חן איז אױסגעגאָסן אױף דײַנע ליפּן, װײַל אלֹקים האָט דיך געבענטשט אױף אײביק.
[4] גורט אָן דײַן שװערד אױפֿן לענד, דו גיבור, דײַן גלאַנץ און דײַן פּראַכט.
[5] און אין דײַן פּראַכט באַגליק, רײַט אַרױס, פֿון װעגן אמת און מילדקײט און גערעכטיקײט, און זאָל דיר דײַן רעכטע האַנט פֿאָרכטיקס באַװײַזן.
[6] דײַנע פֿײַלן געשאַרפֿטע – פֿעלקער זאָלן פֿאַלן אונטער דיר – אין האַרצן פֿון מלכס פֿײַנט!
[7] דײַן טראָן, אָ אלֹקים, איז אױף אײביק און שטענדיק, אַ צעפּטער פֿון יושר איז דער צעפּטער פֿון דײַן מלוכה.
[8] האָסט ליב געהאַט גערעכטיקײט, און פֿײַנט געהאַט אומרעכט, דערום האָט דיך אלֹקים, דײַן ג-ט, געזאַלבט מיט אײל פֿון פֿרײד, איבער דײַנע חבֿרים.
[9] מירע און אַלאָען, קאַנײלן זײַנען אַלע דײַנע קלײדער, פֿון העלפֿאַנדבײן-פּאַלאַצן דערפֿרײען דיך סטרונעס.
[10] טעכטער פֿון מלכים זײַנען צװישן דײַנע געליבטע, דיר צו רעכטס שטײט די מלכּה אין גינגאָלד פֿון אוֹפֿיר.
[11] הער, טאָכטער, און זע, און נײַג צו דײַן אױער, און פֿאַרגעס דײַן פֿאָלק, און דאָס הױז פֿון דײַן פֿאָטער,
[12] און דער מלך װעט גלוסטן דײַן שײנקײט; װאָרעם ער איז דײַן האַר, דערום בוק זיך צו אים.
[13] און, טאָכטער פֿון צוֹר, די רײַכסטע פֿון פֿאָלק װעלן בעטן דײַן לײַטזעליקײט מיט מִנְחָה.
[14] לױטער פּראַכט איז די בת-מלכּה אינעװײניק אין פּאַלאַץ, פֿון געקעסטלטן גאָלדװעב איר מלבוש.
[15] אױף געשטיקטע געװאַנטן װערט זי צום מלך געפֿירט; הינטער איר יונגפֿרױען, חבֿרטעס אירע, װערן דיר געבראַכט.
[16] זײ װערן געפֿירט מיט פֿרײדן און לוסטיקײט, זײ קומען אין פּאַלאַץ פֿון מלך.
[17] אַנשטאָט דײַנע פֿאָטערס װעלן זײַן דײַנע זין; װעסט זײ אױפֿזעצן פֿאַר האַרן אין גאַנצן לאַנד.
[18] איך װעל מאַכן דערמאָנען דײַן נאָמען אױף אַלע דור-דורות, דערום װעלן פֿעלקער דיך לױבן אױף אײביק און שטענדיק.