[1] אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן. פֿאַר װאָס, אלֹקים, האָסטו אונדז פֿאַרלאָזן אױף אײביק? פֿאַר װאָס ברענט דײַן צאָרן אױף די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג?
[2] דערמאָן זיך אָן דײַן עדה װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט אַ מאָל, װאָס דו האָסט אױסגעלײזט צום שבֿט פֿון דײַן אַרב; אָן דעם באַרג צִיוֹן װאָס דו האָסט אױף אים גערוט.
[3] הײב אױף דײַנע טריט צו די אײביקע חורבֿות; אַלץ האָט צעבראָכן דער שׂונא אין הײליקטום.
[4] דײַנע פֿײַנט האָבן געברילט אין מיטן פֿון דײַן זאַמלאָרט, זײערע צײכנס האָבן זײ אױפֿגעשטעלט פֿאַר צײכנס.
[5] עס האָט זיך געדאַכט, װי מע װאָלט אױפֿהײבן אין דער הײך העק אױפֿן געצװײַג פֿון אַ בױם.
[6] און אָט האָבן זײ אירע געשניצן מיט אַנאַנדער, מיט אַ ברעכאײַזן און האַמערס צעהאַקט.
[7] זײ האָבן אָנגעצונדן אין פֿײַער דײַן מִקדָש, צו דער ערד האָבן זײ פֿאַרשװעכט די װױנונג פֿון דײַן נאָמען.
[8] זײ האָבן געזאָגט אין זײער האַרצן: לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן אין אײנעם; זײ האָבן פֿאַרברענט אַלע זאַמלערטער פֿון אֵל אין לאַנד.
[9] אונדזערע צײכנס זעען מיר נישט, נישטאָ מער קײן נבֿיא, און נישטאָ בײַ אונדז װער זאָל װיסן ביז װאַנען.
[10] ביז װאַנען, אלֹקים, װעט לעסטערן דער פֿײַנט? װעט שענדן דער שׂונא דײַן נאָמען נאָכאַנאַנד?
[11] פֿאַר װאָס האַלטסטו צוריק דײַן האַנט, דײַן רעכטע? צי זי אַרױס פֿון דײַן בוזעם, פֿאַרלענד.
[12] אלֹקים איז דאָך מײַן קיניג פֿון אײביק אָן, ער טוט ישועות אין לאַנד.
[13] דו האָסט צעברעקלט מיט דײַן שטאַרקײט דעם ים, האָסט צעבראָכן די קעפּ פֿון די שלענג אױפֿן װאַסער.
[14] דו האָסט צעהאַקט די קעפּ פֿון לִויָתן, אים געגעבן פֿאַר שפּײַז צום פֿאָלק, צו מדבר-לײַט.
[15] דו האָסט געשפּאָלטן קװאַלן און טײַכן, דו האָסט אױסגעטריקנט מאַכטיקע שטראָמען.
[16] דײַן איז דער טאָג, דײַן אױך די נאַכט, דו האָסט אָנגעברײט לבֿנה און זון.
[17] דו האָסט אױפֿגעשטעלט אַלע געמאַרקן פֿון דער ערד; זומער און װינטער, זײ האָסט דו באַשאַפֿן.
[18] דערמאָן זיך אָן דעם, װי דער פֿײַנט האָט געלעסטערט ה׳, און דאָס נידערטרעכטיקע פֿאָלק האָט געשענדט דײַן נאָמען.
[19] זאָלסט נישט איבערגעבן צו אַ חיה די זעל פֿון דײַן טורטלטױב, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אױף אײביק דאָס לעבן פֿון דײַנע אָרימע.
[20] קוק זיך אום אױף דעם ברית, װאָרעם די פֿינצטערע װינקלען פֿון דער ערד זײַנען פֿול מיט װױנונגען פֿון רױב.
[21] זאָל דער געשלאָגענער זיך נישט אומקערן פֿאַרשעמט, זאָל דער אָרעמאַן און דער אבֿיון לױבן דײַן נאָמען.
[22] שטײ אױף, אלֹקים, קריג דײַן קריג, געדענק דײַן לעסטערונג פֿון דעם נידערטרעכטיקן אַ גאַנצן טאָג.
[23] זאָלסט נישט פֿאַרגעסן דעם ליאַרעם פֿון דײַנע פֿײַנט, דעם טומל פֿון דײַנע קעגנשטײער װאָס גײט אױף נאָכאַנאַנד.