Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; אַ מיזמור.

[2] הערט דאָס צו, אַלע פֿעלקער, פֿאַרנעמט, אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,

[3] סײַ אַזױ מענטשן, סײַ אָנגעזעענע לײַט, רײַך און אָרים אין אײנעם.

[4] מײַן מױל װעט רעדן חכמה, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן װעט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

[5] איך װעל נײַגן צו אַ משל מײַן אױער, איך װעל אָנהײבן מיט אַ האַרף מײַן רעטעניש.

[6] פֿאַר װאָס זאָל איך מורא האָבן אין די טעג פֿון בײז, װען די זינד פֿון מײַנע טרעטער רינגלט מיך אַרום?

[7] די װאָס פֿאַרזיכערן זיך אױף זײער פֿאַרמעג, און מיט זײער גרױס עשירות רימען זײ זיך.

[8] נישט אױסקױפֿן אַ ברודער קען אַ מענטש אױסקױפֿן, נישט געבן אלֹקים אַן אױסלײז פֿאַר זיך;

[9] און װי װערדיק עס זאָל זײַן דער אױסקױף פֿאַר זײער זעל, איז אױף אײביק פֿאַרמיטן,

[10] מע זאָל שטענדיק אַלץ לעבן, מע זאָל נישט אָנזען די גרוב.

[11] װאָרעם מע זעט אַז חכמים שטאַרבן, אַזױ װי דער נאַר און דער פֿאַרגרעבטער גײען אונטער, און זײ לאָזן איבער צו אַנדערע זײער פֿאַרמעג.

[12] זײ טראַכטן בײַ זיך, זײערע הײַזער זײַנען אױף אײביק, זײערע װױנונגען אױף דור-דורות; זײ רופֿן לענדער אױף זײערע נעמען.

[13] אָבער דער מענטש בלײַבט נישט אין גדוּלה, ער איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

[14] דאָס איז דער װעג פֿון די װאָס זײַנען בטוח בײַ זיך, און פֿון זײערע נאָכגײער װאָס קװעלן פֿון זײערע רײד. סֶלָה.

[15] מע לײגט זײ װי שאָף אין דער שְׁאֹול, דער טױט טוט זײ פֿיטערן; און אײן פֿרימאָרגן – טרעטן די רעכטפֿאַרטיקע איבער זײ; און זײער געשטאַלט איז פֿאַר דער שְׁאֹול צום פֿאַרפֿױלן, נישטאָ קײן װױנונג פֿאַר איר.

[16] אָבער אלֹקים װעט אױסלײזן מײַן זעל פֿון דער מאַכט פֿון שְׁאֹול, װאָרעם ער װעט מיך אַרױסנעמען. סֶלָה.

[17] זאָלסט נישט מורא האָבן אַז עמעצער װערט אַן עושר, אַז די רײַכקײט פֿון זײַן הױז װערט געמערט,

[18] װאָרעם בײַ זײַן טױט װעט ער גאָרנישט מיטנעמען, זײַן רײַכקײט װעט נישט נידערן נאָך אים.

[19] הגם בײַ זײַן לעבן פֿלעגט ער אײַנרעדן זײַן זעל: מע װעט דיך נאָך לױבן אַז דו װעסט זיך װױלטאָן.

[20] זי װעט אָנקומען צו דעם דור פֿון זײַנע עלטערן, װאָס װעלן אױף אײביק נישט אָנזען דעם שײַן.

[21] אַ מענטש אין גדוּלה װאָס פֿאַרשטײט נישט, איז געגליכן צו בהמות װאָס װערן פֿאַרשניטן.

תְּהִלִּים — Chapters