Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור; אַ געזאַנג צו דער באַנײַונג פֿון הֵיכל פֿון דָוִדן.

[2] איך דערהײב דיך, ה׳, װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעריכט, און נישט דערפֿרײט מײַנע פֿײַנט איבער מיר.

[3] ה׳ מײַן ג-ט, איך האָב געשריִען צו דיר, און האָסט מיך געהײלט.

[4] ה׳, האָסט אַרױפֿגעבראַכט פֿון שְׁאֹול מײַן זעל, האָסט מיך אױפֿגעלעבט, איך זאָל נישט נידערן אין גרוב.

[5] זינגט צו ה׳, זײַנע פֿרומע, און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.

[6] װאָרעם אַ רגע איז זײַן צאָרן, אַ לעבן זײַן גוטװיליקײט. איבער נאַכט בלײַבט געװײן, און פֿרימאָרגנס איז געזאַנג.

[7] און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן שלװה: איך װעל נישט אומפֿאַלן קײן מאָל.

[8] אין דײַן גוטװיליקײט, ה׳, האָסטו געהאַט אױפֿגעשטעלט פֿעסט מײַן באַרג – האָסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים, און איך בין דערשראָקן געװאָרן.

[9] צו דיר, ה׳, פֿלעג איך רופֿן, און צו אֲדֹנָי פֿלעג איך בעטן:

[10] װאָסער געװין איז אין מײַן בלוט, אַז איך װעל נידערן אין גרוב? קען דיך לױבן דער שטױב? קען ער דערצײלן דײַן אמת?

[11] הער, ה׳, און לײַטזעליק מיך, ה׳, זײַ מיר אַ העלפֿער.

[12] האָסטו מיר פֿאַרקערט מײַן קלאָג אין טאַנץ, האָסט אָפּגעבונדן מײַן זאַקקלײד, און מיך אָנגעגורט מיט פֿרײד;

[13] דערום װעט דיך באַזינגען די זעל, און נישט שװײַגן. ה׳ מײַן ג-ט, אײביק װעל איך דיר דאַנקען.

תְּהִלִּים — Chapters