Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

[2] אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס; אָבער װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן פֿאַר אֵל?

[3] אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים, װאָלט ער אים נישט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט.

[4] קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוֹח – װער קען זיך עקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?

[5] דער װאָס רוקט איבער בערג, און זײ מערקן נישט, װען ער קערט זײ איבער אין זײַן צאָרן.

[6] דער װאָס טרײסלט אױף די ערד פֿון איר אָרט, אַז אירע זײַלן ציטערן.

[7] דער װאָס הײסט דער זון, און זי שײַנט נישט, און די שטערן פֿאַרחתמעט ער.

[8] ער האָט אױסגעשפּרײט די הימלען אַלײן, און ער טרעט אױף די הײכן פֿון ים.

[9] ער האָט געמאַכט דעם בערשטערן, דעם אָריאָן און דעם זיבנשטערן, און די קאַמערן פֿון דָרום.

[10] ער טוט גרױסע זאַכן אַזש נישט צו דערפֿאָרשן, און װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל.

[11] אָט גײט ער מיר פֿאַרבײַ, און איך זע נישט, און ער ציט דורך, און איך מערק אים נישט.

[12] אָט כאַפּט ער אַװעק – װער קען אים אָפּהאַלטן? װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?

[13] אֱלוֹהַּ קערט נישט אָפּ זײַן צאָרן; אונטער אים האָבן זיך געבױגן די העלפֿער פֿון רַהַבֿ.

[14] הײַנט װי שױן קען איך אים ענטפֿערן, קלײַבן מײַנע װערטער קעגן אים?

[15] װאָס אַפֿילו איך זאָל גערעכט זײַן, קען איך נישט ענטפֿערן; בעטן מוז איך זיך בײַ דעם װאָס משפּט מיך.

[16] אַפֿילו איך זאָל רופֿן און ער זאָל ענטפֿערן, װאָלט איך נישט גלױבן אַז ער האָט פֿאַרנומען מײַן קֹול.

[17] ער װאָס צערײבט מיך מיט שטורעמװינט, און מערט מײַנע װוּנדן בחנם.

[18] ער לאָזט מיך מײַן אָטעם נישט אָפּציִען, נײַערט ער זעטיקט מיך מיט ביטערנישן.

[19] אױב אין כּוֹח, איז ער מאַכטיקער, און אױב אױף אַ משפּט: װער קען מיך לאָדן?

[20] אַפֿילו איך זאָל זײַן גערעכט, װעט מײַן מױל מיך פֿאַרשולדיקן; איך מעג זײַן אומשולדיק, װעט ער מיך מאַכן פֿאַר קרום.

[21] איך בין אומשולדיק; מיך אַרט נישט מײַן נפֿש, מיר איז נימאס מײַן לעבן.

[22] עס איז אַלץ אײנס, דערום זאָג איך: דעם אומשולדיקן אַזױ װי דעם רשע פֿאַרלענדט ער.

[23] װען די רוט טײט פּלוצלינג, שפּאָט ער אױף דעם גוססן פֿון די אומשולדיקע.

[24] די ערד איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון רשע; דעם פּנים פֿון אירע ריכטער פֿאַרדעקט ער; אױב נישט, װער דען איז דאָס?

[25] און מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ לױפֿער, זײ זײַנען אַנטלאָפֿן, נישט אָנגעזען גוטס.

[26] זײ זײַנען אַװעק גלײַך װי ראָרשיפֿן, װי אַן אָדלער װאָס שװעבט אױפֿן עסן.

[27] אַז איך זאָג, איך װעל פֿאַרגעסן מײַן קלאָג, אַװעקװאַרפֿן מײַן אומעטיק פּנים, און זיך אױפֿמונטערן,

[28] שרעק איך זיך פֿאַר אַלע מײַנע װײטאָגן, איך װײס אַז דו װעסט מיר נישט שענקען.

[29] שולדיק מוז איך בלײַבן, טאָ נאָך װאָס זאָל איך מיך מיִען אומנישט?

[30] אַז איך װאָלט זיך געװאַשן מיט שנײװאַסער, און גערײניקט מיט לױג מײַנע הענט,

[31] װעסטו דענצמאָל אין אַ גראָבן מיך אײַנטונקען, אַז מײַנע קלײדער װעלן זיך עקלען מיט מיר.

[32] װאָרעם נישט אַ מענטש װי איך איז ער, איך זאָל אים ענטפֿערן, מיר זאָלן אין אײנעם צום משפּט גײן.

[33] נישטאָ צװישן אונדז קײן אַנטשײדער, װאָס זאָל לײגן זײַן האַנט אױף אונדז בײדן.

[34] זאָל ער אָפּטאָן פֿון מיר זײַן רוט, און זײַן אימה זאָל מיך נישט שרעקן,

[35] װעל איך רעדן, און נישט מורא האָבן פֿאַר אים; װאָרעם בין איך דען נישט פֿעסט בײַ זיך?

אִיובֿ — Chapters