[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
[2] הערן הערט צו מײַן װאָרט, און זאָל דאָס זײַן אײַערע טרײסטונגען.
[3] לאָזט מיך אַז איך זאָל רעדן; און נאָך מײַן רעדן װעסטו אָפּלאַכן.
[4] איז קעגן אַ מענטשן מײַן קלאָג? און פֿאַר װאָס זאָל נישט קורץ װערן מײַן געמיט?
[5] קערט זיך צו מיר, און װערט באַנומען, און טוט אַרױף די האַנט אױפֿן מױל.
[6] אַז װי איך דערמאָן זיך אַזױ װער איך דערשראָקן, און מײַן לײַב נעמט אָן אַ שױדער.
[7] פֿאַר װאָס לעבן די רשעים, עלטערן זיך, און זײַנען שטאַרק אין קראַפֿט?
[8] זײער זאָמען שטײט פֿעסט פֿאַר זײער פּנים בײַ זײ, און זײערע שפּראָצן פֿאַר זײערע אױגן.
[9] זײערע הײַזער זײַנען בשלום, אָן אַנגסט, און די רוט פֿון אֱלוֹהַּ איז נישט אױף זײ.
[10] זײַן אָקס באַפֿרוכפּערט און פֿאַרפֿעלט נישט, זײַן קו קעלבט זיך און פֿאַרװאַרפֿט נישט.
[11] זײ שיקן אַרױס װי שאָף זײער יונגװאַרג, און זײערע קינדער טאַנצן אַרום.
[12] זײ זינגען מיט פּױק און האַרף, און פֿרײען זיך צום קֹול פֿון דער פֿלײט.
[13] זײ פֿאַרברענגען אין גוטס זײערע טעג, און רויִק נידערן זײ אין שְׁאֹול.
[14] און זײ זאָגן צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז, און מיר װילן נישט װיסן פֿון דײַנע װעגן.
[15] װאָס איז שַדַי, אַז מיר זאָלן אים דינען? און װאָס װעלן מיר נוצן, אַז מיר װעלן בעטן צו אים? –
[16] זײער גוטס איז דאָך נישט אין זײער האַנט; דער באַראָט פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר.
[17] װי אָפֿט איז דאָס אַז דאָס ליכט פֿון רשעים זאָל פֿאַרלאָשן װערן, און עס זאָל קומען אױף זײ אַ בראָך? ער זאָל זײ אױסטײלן יסורים אין זײַן צאָרן?
[18] זײ זאָלן װערן װי שטרױ פֿאַרן װינט, און װי שפּרײ װאָס דער שטורעם גנבֿעט אים אַװעק?
[19] אֱלוֹהַּ באַהאַלט זײַן אומרעכט פֿאַר זײַנע קינדער – זאָל ער אים אַלײן באַצאָלן אַז ער זאָל װיסן.
[20] זאָלן זײַנע אױגן זען זײַן אומגליק, און פֿון גרימצאָרן פֿון שַדַי זאָל ער טרינקען.
[21] װאָרעם װאָס קימערט אים זײַן הױזגעזינט נאָך אים, װען די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז געענדיקט?
[22] קען מען אֵל לערנען פֿאַרשטאַנדיקײט, אַז ער משפּט די העכסטע?
[23] דער שטאַרבט אין זײַן רעכטער שטאַרקײט, אין גאַנצן רויִק און בשלװה;
[24] זײַנע עמערס זײַנען פֿול מיט מילך, און דער מאַרך פֿון זײַנע בײנער איז געזעפֿטיקט.
[25] און דער שטאַרבט אין אַ ביטער נפֿש, און האָט נישט פֿאַרזוכט קײן גוטס.
[26] אין אײנעם אין שטױב ליגן זײ, און װערעם דעקן זײ צו.
[27] איך װײס דאָך אײַערע מחשבֿות, און װי איר קליגט זיך מיט געװאַלט אַקעגן מיר,
[28] אַז איר זאָגט: װוּ איז דאָס הױז פֿון דעם שׂרָרה? און װוּ דאָס געצעלט פֿון דעם רָשעס װױנונג?
[29] האָט איר נישט געפֿרעגט בײַ די װעגפֿאָרער? איר װעט דאָך נישט פֿאַרלײקענען זײערע באַװײַזן,
[30] אַז אין דעם טאָג פֿון בראָך װערט געשױנט דער שלעכטער, אין דעם טאָג װען שטראָפֿן װערן געבראַכט.
[31] װער זאָגט אים אין פּנים זײַן װעג? און װאָס ער האָט געטאָן װער באַצאָלט אים?
[32] װאָרעם ער װערט געבראַכט צו קבֿורה, און אױפֿן בערגל פּאַסט מען אױף.
[33] זיס זײַנען אים די שטיקער ערד פֿון טאָל, און נאָך אים ציִען זיך אַלע מענטשן, און אים פֿאַרױס אָן אַ צאָל.
[34] און װי װילט איר מיך טרײסטן מיט גאָרנישט, אַז אײַערע תּשובֿות בלײַבן אַן אָפּנאַר?