Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

[2] הײַנט אױך איז ביטער מײַן קלאָג, מײַן האַנט איז שװער פֿון װעגן מײַן זיפֿצן.

[3] הלװאַי װײס איך װוּ איך געפֿין אים, װי איך קום צו זײַן אָרט!

[4] איך װאָלט פֿאָרגעלײגט פֿאַר אים דעם משפּט, און מײַן מױל װאָלט איך אָנגעפֿילט מיט טענות.

[5] איך װאָלט װיסן װאָס ער װאָלט מיר ענטפֿערן, און פֿאַרשטײן װאָס ער װאָלט מיר זאָגן.

[6] װאָלט ער מיט גרױס כּוֹח געקריגט מיט מיר? נײן; נײַערט אַכט געטאָן װאָלט ער אױף מיר.

[7] דענצמאָל װאָלט דער רעכטפֿאַרטיקער געטענהט מיט אים, און איך װאָלט אױף אײביק אַנטרונען פֿון מײַן ריכטער.

[8] זע, איך גײ פֿאַרױס, און ער איז נישטאָ, און אַהינטער, און איך מערק אים נישט;

[9] לינקס אַז ער איז פֿאַרטאָן, זע איך נישט, ער פֿאַרדרײט זיך רעכטס, און איך מערק נישט.

[10] אָבער ער װײס דעם װעג װאָס בײַ מיר, ער האָט מיך געפּרוּװט, איך בין װי גאָלד אַרױס.

[11] אָן זײַן טריט האָט זיך געהאַלטן מײַן פֿוס, זײַן װעג האָב איך געהיט, און זיך נישט אָפּגענײגט.

[12] װוּ אַ געבאָט פֿון זײַנע ליפּן, האָב איך זיך נישט אָפּגעקערט; מער װי מײַן אױסקומעניש האָב איך געהיט די װערטער פֿון זײַן מױל.

[13] אָבער ער האַלט זיך בײַ אײנס, און װער קען אים אָפּהאַלטן? און זײַן זעל באַגערט, און ער טוט.

[14] יאָ, ער װעט אױספֿירן װאָס מיר איז באַשערט, און פֿיל אַזױנס איז נאָך דאָ בײַ אים.

[15] דערום בין איך דערשראָקן פֿאַר אים; איך באַטראַכט, און האָב מורא פֿאַר אים.

[16] און אֵל האָט שלאַף געמאַכט מײַן האַרץ, און שַדַי האָט מיך אײַנגעשראָקן.

[17] װאָרעם איך בין נישט פֿאַרמיטן געװאָרן פֿון דעם חושך, און פֿאַר מײַן פּנים האָט פֿאַרדעקט אַ פֿינצטערניש.

אִיובֿ — Chapters