[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
[2] װי האָסטו געהאָלפֿן דעם װאָס אָן כּוֹח! בײַגעשטאַנען דעם אָרעם אָן מאַכט!
[3] װי האָסטו געעצהט דעם װאָס אָן חכמה, און קלוגשאַפֿט אַ סך געלאָזט װיסן!
[4] מיט װעמעס הילף האָסטו געזאָגט די װערטער? און װעמעס אָטעם איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דיר?
[5] די מתים ציטערן, די װאַסערן פֿון אונטן מיט זײערע באַװױנער.
[6] נאַקעט איז שְׁאֹול פֿאַר אים, און אָן אַ צודעק איז דער אָפּגרונט.
[7] ער שפּרײט אױס דעם צפֿון איבער דעם תּוהו, ער הענגט אױף די ערד אױף גאָרנישט.
[8] ער בינדט אײַן די װאַסערן אין זײַנע כמאַרעס, און נישט צעפּלאַצט װערט דער װאָלקן אונטער זײ.
[9] ער פֿאַרדעקט דעם פּנים פֿונעם טראָן, ער פֿאַרשפּרײט זײַן װאָלקן איבער אים.
[10] ער האָט געצירקלט אַ גרענעץ אױפֿן װאַסער, ביז צום סוף פֿון ליכט און פֿינצטערניש.
[11] די זײַלן פֿון הימל טרײסלען זיך, און װערן צעטומלט פֿון זײַן אָנגעשרײ.
[12] מיט זײַן כּוֹח צערודערט ער דעם ים, און מיט זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט צעהאַקט ער רַהַבֿ.
[13] דורך זײַן אָטעם װערט לױטער דער הימל; זײַן האַנט האָט אַרײַנגעשטאָכט די לױפֿיקע שלאַנג.
[14] זע, דאָס זײַנען טײל פֿון זײַנע װעגן; און װאָס פֿאַר אַ קלײן מורמל הערן מיר פֿון אים! אָבער דעם דונער פֿון זײַנע גבֿורות װער קען פֿאַרשטײן?