[1] און אַצונד לאַכן פֿון מיר ייִנגערע פֿון מיר אין טעג, װאָס איך האָב מיך געמיאוסט צו שטעלן זײערע פֿאָטערס מיט די הינט פֿון מײַנע שאָף –
[2] יאָ, צו װאָס מיר דער כּוֹח פֿון זײערע הענט? זײער פֿרישקײט איז געװען פֿאַרלאָרן –
[3] די װאָס זײַנען פֿון נױט און הונגער אײַנגעדאַרט, װאָס נאָגן די טריקעניש אין פֿינצטערער װיסטקײט און װיסטעניש.
[4] די װאָס רײַסן זאַלצקרײַטעכץ מיט װערמוט, און װאָרצל פֿון בעזעמבײמלעך זיך אָנצוּװאַרעמען.
[5] פֿון צװישן מענטשן װערן זײ פֿאַרטריבן, מע שרײַט אױף זײ װי אױף אַ גנבֿ.
[6] אין מוֹראדיקע טאָלן מוזען זײ װױנען, אין לעכער פֿון דער ערד און פֿעלדזן.
[7] צװישן די בײמלעך ברומען זײ, אונטער אַ דאָרן זײַנען זײ צונױפֿגענורעט.
[8] געמײנע יונגען און יונגען אָן אַ נאָמען, װאָס זײַנען אױסגעשטױסן פֿון לאַנד.
[9] און אַצונד בין איך זײער לידל געװאָרן, און איך בין פֿאַר אַ װערטל בײַ זײ.
[10] זײ פֿאַראומװערדיקן מיך, זײ דערװײַטערן זיך פֿון מיר, און זײ האַלטן זיך נישט אָפּ מיר אין פּנים צו שפּײַען.
[11] װאָרעם מײַן בױגנשטריק האָט ער לױז געמאַכט און מיך געבױגן, און זײ װאַרפֿן אַראָפּ די צאַם פֿאַר מיר.
[12] אױף רעכטס שטעלט זיך אױף דאָס יונגװאַרג; זײ שטױסן מײַנע פֿיס, און טרעטן אױס קעגן מיר זײערע װעגן פֿון אומגליק.
[13] זײ האָבן צעריסן מײַן שטעג, זײ העלפֿן מײַן בראָך; קײן העלפֿער זאָל זײ נישט זײַן!
[14] װי אַ ברײטער װאַסערבראָך קומען זײ, מיט שטורעם קײַקלען זײ זיך אַרױף.
[15] שרעקענישן זײַנען געקערט קעגן מיר, זײ יאָגן װי אַ װינט מײַן גדוּלה, און װי אַ װאָלקן איז אַװעק מײַן הילף.
[16] און אַצונד צעגיסט זיך אין מיר מײַן זעל, טעג פֿון פּײַן האָבן מיך אָנגענומען.
[17] די נאַכט בױערט מײַנע בײנער פֿון מיר, און מײַנע אָדערן ליגן נישט אײַן.
[18] פֿון גרױס שטאַרקײט פֿון מײַן קרענק איז מײַן מלבוש פֿאַרביטן; װי דער קאָלנער פֿון מײַן מאַנטל גורט זי מיך אַרום.
[19] ער האָט מיך געװאָרפֿן אין קױט, און איך בין געגליכן צו שטױב און אַש.
[20] איך שרײַ צו דיר, און דו ענטפֿערסט מיר נישט, איך שטײ, און דו קוקסט מיך אָן.
[21] ביסט פֿאַרקערט געװאָרן אין אַן אַכזר צו מיר, מיט דער מאַכט פֿון דײַן האַנט פֿײַנטסטו מיך.
[22] הײבסט מיך אױף אױפֿן װינט, מאַכסט מיך רײַטן דערױף, און מאַכסט צעגײן מײַן קראַפֿט.
[23] יאָ, איך װײס, װעסט צום טױט מיך ברענגען, און צום זאַמלהױז פֿון אַלע לעבעדיקע.
[24] אָבער שטרעקט מען נישט אױס די האַנט פֿון אַ חורבֿה, טאָמער װעט דערין זײַן אַ הילף פֿאַרן בראָך?
[25] צי האָב איך נישט געװײנט פֿאַרן שװער געדריקטן? מײַן זעל האָט דאָך געקומערט פֿאַרן אבֿיון.
[26] אָבער איך האָב געהאָפֿט אױף גוטס, און שלעכטס איז געקומען; און איך האָב געהאַרט אױף ליכט, און פֿינצטערניש איז געקומען.
[27] מײַנע אינגעװײד קאָכן און רוען נישט; טעג פֿון פּײַן זײַנען געקומען אױף מיר.
[28] פֿינצטער גײ איך אום, אָן זון; איך שטײ אױף אין אַ געזעמל און שרײַ.
[29] איך בין געװאָרן אַ ברודער צו שאַקאַלן, און אַ חבֿר צו שטרױספֿױגלען.
[30] מײַן הױט איז שװאַרץ געװאָרן אױף מיר, און מײַן געבײן איז צעברענט פֿון היץ.
[31] און געװאָרן צו טרױער איז מײַן האַרף, און מײַן פֿלײט צו אַ קֹול פֿון געװײן.