[1] רוף אַקאָרשט, איז דאָ װער זאָל דיר ענטפֿערן? און צו װעמען פֿון די הײליקע װעסטו זיך קערן?
[2] װאָרעם דעם נאַרן הרגעט דער כּעס, און דעם נישט קלוגן טײט די קנאה.
[3] זע איך אַ נאַרן אײַנגעװאָרצלט, רוף איך תּיכּף זײַן װױנונג פֿאַרשאָלטן.
[4] זײַנע קינדער װעלן װײַט זײַן פֿון הילף, און זײ װעלן צעדריקט װערן אין טױער, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.
[5] װאָרעם זײַן שניט װעט דער הונגעריקער אױפֿעסן, און ביז פֿון די דערנער װעט ער עס אַװעקנעמען; און אײַנשלינגען װעט די נעץ זײער פֿאַרמעג.
[6] פֿאַר װאָר, נישט פֿון שטױב קומט אַרױס אומגליק, און נישט פֿון דער ערד שפּראָצט מאַטערניש.
[7] נײַערט אַ מענטש איז צו מאַטערניש געבאָרן; אַזױ װי פֿונקען פֿליִען אַרױף.
[8] אָבער איך װאָלט געזוכט אֵל, און צו אלֹקים װאָלט איך געשטעלט מײַן טענה;
[9] דער װאָס טוט גרױסע זאַכן נישט צו דערפֿאָרשן, װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל;
[10] דער װאָס גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, און שיקט װאַסער אױפֿן געזיכט פֿון די פֿעלדער;
[11] ער שטעלט די נידעריקע אין דער הײך, און די פֿינצטערע װערן דערהױבן דורך הילף.
[12] ער פֿאַרשטערט די מחשבֿות פֿון די ליסטיקע, אַז זײערע הענט זאָלן נישט אױפֿטאָן ממשות.
[13] ער פֿאַנגט קלוגע אין זײער ליסטיקײט, און די עצה פֿון די פֿאַרשפּיצטע װערט צעטומלט.
[14] בײַ טאָג באַגעגענען זײ פֿינצטערניש, און אַזױ װי בײַ נאַכט טאַפּן זײ אין מיטן טאָג.
[15] און ער העלפֿט פֿון דער שװערד – פֿון זײער מױל, און פֿון דעם שטאַרקנס האַנט דעם אבֿיון.
[16] און דער אָרעמאַן קריגט האָפֿענונג, און אומגערעכטיקײט מאַכט צו איר מױל.
[17] זע, װױל איז דעם מענטשן װאָס אֱלוֹהַּ שטראָפֿט אים, און דעם מוסר פֿון שַדַי זאָלסטו נישט פֿאַראַכטן.
[18] װאָרעם ער מאַכט װײ טאָן, און ער פֿאַרבינדט, ער פֿאַרװוּנדט, און זײַנע הענט טאָן עס װידער הײלן.
[19] אין זעקס צרות װעט ער דיך מציל זײַן, און אין זיבן װעט דיך נישט אָנרירן קײן בײז.
[20] אין הונגער װעט ער דיך אױסלײזן פֿון טױט, און אין מלחמה פֿון דער מאַכט פֿון שװערד.
[21] פֿאַר דער רוט פֿון דער צונג װעסטו זײַן פֿאַרבאָרגן, און װעסט נישט מורא האָבן פֿאַר פֿאַרװיסטונג, אַז זי קומט.
[22] פֿון פֿאַרװיסטונג און פֿון הונגער װעסטו לאַכן, און פֿאַר די חיות פֿון דער ערד װעסטו נישט מורא האָבן.
[23] װאָרעם מיט די שטײנער פֿון פֿעלד װעט זײַן דײַן ברית, און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײַן שלום מיט דיר.
[24] און װעסט װיסן אַז דײַן געצעלט איז בשלום, און װעסט נאָכזען דײַן װױנונג, און בײַ דיר װעט נישט פֿעלן.
[25] און װעסט װיסן אַז דײַן זאָמען װעט זײַן פֿיל, און דײַנע שפּראָצונגען װי גראָז פֿון דער ערד.
[26] װעסט קומען אין פֿולער עלטער צום קבֿר, װי אַ סטױג קומט אַרײַן אין זײַן צײַט.
[27] זע, דאָס האָבן מיר אױסגעפֿאָרשט, אַזױ איז דאָס, הער עס צו, און דו מערק דיר.