Skip to content
Opens in a new window

[1] אָבער הער אַקאָרשט, אִיובֿ, מײַנע רײד, און אַלע מײַנע װערטער פֿאַרנעם.

[2] זע נאָר, איך האָב געעפֿנט מײַן מױל, מײַן צונג רעדט אין מײַן גומען.

[3] אױפֿריכטיק פֿון מײַן האַרצן זײַנען מײַנע װערטער, און װאָס מײַנע ליפּן װײסן, זאָגן זײ קלאָר.

[4] דער רוּחַ פֿון אֵל האָט מיך געמאַכט, און דער נְשָׁמָה פֿון שַדַי האַלט מיך בײַם לעבן.

[5] אױב דו קענסט, ענטפֿער מיר, ברײט דיך אָן קעגן מיר, שטעל זיך אַװעק.

[6] זע, איך בין אַזױ װי דו בײַ אֵל, איך אױך בין פֿון לײם געפֿורעמט געװאָרן.

[7] זע, מײַן אימה שרעקט דיך נישט, און מײַן לאַסט דריקט נישט אױף דיר.

[8] יאָ, האָסט געזאָגט אין מײַנע אױערן, און דעם קֹול פֿון די װערטער האָב איך געהערט:

[9] רײן בין איך, אָן אַ פֿאַרברעך, לױטער בין איך, און האָב נישט קײן זינד:

[10] זע, בילבולים געפֿינט ער אױף מיר, ער רעכנט מיך פֿאַר זײַן שׂונא;

[11] ער טוט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, ער היט אַלע מײַנע שטעגן.

[12] אָט אין דעם ביסטו נישט גערעכט, װעל איך דיר ענטפֿערן, װאָרעם אֱלוֹהַּ איז גרעסער פֿון מענטשן.

[13] פֿאַר װאָס קריגסטו זיך מיט אים, װאָס ער פֿאַרענטפֿערט נישט אַלע זײַנע מעשׂים?

[14] װאָרעם אױף אײן שטײגער רעדט אֵל, און אױף צװײ, הגם מע מערקט עס נישט.

[15] אין אַ חלום, אַ זעונג פֿון דער נאַכט, װען אַ טיפֿער שלאָף פֿאַלט אױף מענטשן, אין שלומער אױפֿן געלעגער,

[16] דענצמאָל אַנטפּלעקט ער דעם אױער פֿון מענטשן, און פֿאַרחתמעט מיט אַ מוסר צו זײ,

[17] כּדי דער מענטש זאָל אַװעקװאַרפֿן זײַן טאָן; און ער באַשירעמט פֿון האָפֿערדיקײט דעם מאַן.

[18] ער פֿאַרמײַדט זײַן זעל פֿון שַׁחַת, און זײַן לעבן פֿון אומקומען דורכן שװערד.

[19] אָדער ער װערט געשטראָפֿט מיט װײטאָג אױף זײַן געלעגער, און אַלע זײַנע בײנער װערן שטײַף.

[20] און זײַן לעבן מאַכט אים זיך עקלען מיט ברױט, און זײַן זעל מיטן גלוסטיקסטן מאכל.

[21] אָפּגעצערט װערט זײַן פֿלײש פֿון פּנים, און אײַנגעדאַרט זײַנע בײנער, נישט אָנצוקוקן.

[22] און זײַן זעל גענענט צו דער שַׁחַת, און זײַן לעבן צו די טײטער.

[23] אױב עס איז דאָ פֿאַר אים אַ מלאך, אַ מליץ-יושר אַפֿילו אײנער פֿון טױזנט, כּדי דעם מענטשן אַנצוּזאגען זײַנע גערעכטפערטיקונג,

[24] לײַטזעליקט ער אים, און זאָגט: לײז אים אױס פֿון נידערן אין גרוב; איך האָב געפֿונען אַן אױסלײז.

[25] זײַן לײַב װערט פֿרישער װי ייִנגלװײַז, ער קערט זיך אום צו די טעג פֿון זײַן יוגנט.

[26] ער בעט צו אֱלוֹהַּ, און ער באַװיליקט אים, און ער זעט זײַן פּנים מיט חֵן, און קערט אום דעם מענטשן זײַן גערעכטיקײט.

[27] ער קומט פֿאַר מענטשן װאָס זאָגט: איך האָב געזינדיקט, און װאָס איז רעכט האָב איך פֿאַרדרײט, און עס איז מיר נישט באַצאָלט.

[28] אַזױ לײזט ער אױס זײַן זעל פֿון גײן אין גרוב, און זײַן לעבן זעט די ליכטיקײט.

[29] זע, דאָס אַלץ טוט אֵל, צװײ מאָל, דרײַ מאָל, מיט אַ מענטשן,

[30] כּדי אומצוקערן זײַן זעל פֿון גרוב, דערלוכטן צו װערן אין ליכט פֿון לעבן.

[31] פֿאַרנעם, אִיובֿ, הער מיר צו; שװײַג, און איך װעל רעדן.

[32] אױב דו האָסט װערטער, ענטפֿער מיר, רעד, װאָרעם איך װעל דיך גערעכט מאַכן.

[33] אױב נישט, הער דו מיר צו; שװײַג, און איך װעל דיך לערנען חכמה.

אִיובֿ — Chapters