[1] האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
[2] געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים; ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן.
[3] איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות? און אױף װעמען גײט נישט אױף זײַן ליכט?
[4] און װי קען דען אַ מענטש גערעכט זײַן מיט אֵל? און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?
[5] זע, אַזש די לבֿנה איז נישט העל, און די שטערן זײַנען נישט רײן אין זײַנע אױגן,
[6] הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם, און אַ מענטשנקינד אַ מילב?