Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:

[2] ביז װאַנען װעסטו רעדן דאָס דאָזיקע, און װי אַ שטאַרקער װינט װעלן זײַן די װערטער פֿון דײַן מױל?

[3] װעט דען אֵל פֿאַרדרײען דעם משפּט? און װעט שַדַי פֿאַרדרײען די גערעכטיקײט?

[4] אַז דײַנע קינדער האָבן געזינדיקט צו אים, האָט ער זײ אַװעקגעשיקט פֿאַר זײער פֿאַרברעך.

[5] אַז דו װאָלסט זוכן אֵל, און צום שַדַי בעטן,

[6] אַז דו װאָלסט זײַן רײן און רעכטפֿאַרטיק, װאָלט ער אַצונד זיך דערװעקן פֿאַר דיר, און גאַנץ מאַכן דײַן גערעכטע װױנונג.

[7] און אױב דײַן אָנהײב װעט זײַן קלײן, װעט דײַן סוף זײַן זײער גרױס.

[8] װאָרעם פֿרעג אַקאָרשט דעם פֿריִערדיקן דור, און מערק װאָס זײערע עלטערן האָבן אױסגעפֿאָרשט

[9] – װאָרעם מיר זײַנען פֿון נעכטן, און װײסן גאָרנישט, װײַל אַ שאָטן זײַנען אונדזערע טעג אױף דער ערד –

[10] פֿאַר װאָר, זײ װעלן דיך לערנען, זײ װעלן דיר זאָגן, און פֿון זײער האַרצן אַרױסברענגען װערטער?

[11] קען אױסװאַקסן ראָר אָן אַ זומפּ? קען גרױס װערן טײַכגראָז אָן װאַסער?

[12] נאָך איז עס אין זײַן גרינקײט, נישט אָפּגעשניטן, און װי גאָרע הײ װערט עס פֿאַרטריקנט.

[13] אַזױ זײַנען די װעגן פֿון אַלע ג-טפֿאַרגעסער, און די האָפֿענונג פֿון דעם זינדיקן גײט אונטער.

[14] װאָרעם זומערפֿאָדים איז זײַן פֿאַרזיכערונג, און שפּינװעבס זײַן בטחון.

[15] ער לענט זיך אָן אױף זײַן הױז, אָבער עס האָט נישט קײן באַשטאַנד, ער האַלט זיך דעראָן, אָבער עס בלײַבט נישט שטײן.

[16] זאַפֿטיק איז ער פֿאַר דער זון, און איבער זײַן גאָרטן גײט אַרױס זײַן שפּראָץ.

[17] אין אַ הױפֿן פֿלעכטן זיך זײַנע װאָרצלען, צװישן שטײנער רײַסט ער זיך דורך.

[18] אָבער פֿאַרטיליקט מען אים פֿון זײַן אָרט, פֿאַרלײקנט ער אים: איך האָב דיך נישט געזען.

[19] אָט דאָס איז די פֿרײד פֿון זײַן װעג, און פֿון דער ערד שפּראָצט אַן אַנדערער אַרױס.

[20] זע, אֵל פֿאַראַכט נישט דעם אומשולדיקן, און װעט נישט אױפֿהאַלטן די האַנט פֿון דעם שלעכטסטוער;

[21] ביז ער װעט אָנפֿילן מיט געלעכטער דײַן מױל, און דײַנע ליפּן מיט שאַלונג.

[22] דײַנע שָׂונאים װעלן זיך אָנקלײדן מיט שאַנד, און דאָס געצעלט פֿון די רשעים װעט מער נישט זײַן.

אִיובֿ — Chapters