Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

[2] װען געװױגן זאָל געװױגן װערן מײַן כּעס, און מײַן בראָך װאָלט מען נעמען אױפֿן װאָגשאָל באַגלײַך!

[3] װאָרעם שװערער פֿון דעם זאַמד פֿון ימען װאָלט עס זײַן אַצונד; דערום זײַנען מײַנע װערטער צעמישט.

[4] װאָרעם אין מיר זײַנען די פֿײַלן פֿון שַדַי, װאָס זײער גיפֿט טרינקט מײַן רוּחַ; שרעקענישן פֿון אֱלוֹהַּ שטעלן זיך אױס קעגן מיר.

[5] שרײַט דען אַ װאַלדאײזל אױף גראָז? צי מרוקעט אַן אָקס אױף זײַן פֿוטער?

[6] װערט אומבאַטעמטס געגעסן אָן זאַלץ? צי איז דאָ אַ טעם אין דאָס װײַסל פֿון אײ?

[7] װאָס מײַן זעל האָט נישט געװאָלט אָנרירן, דאָס זײַנען די צושפּײַזן פֿון מײַן ברױט.

[8] הלװאַי קומט אָן מײַן פֿאַרלאַנג, און מײַן האָפֿענונג גיט אֱלוֹהַּ!

[9] און אֱלוֹהַּ װיליקט אײַן און צעדריקט מיך, לאָזט לױז זײַן האַנט און דערענדיקט מיך!

[10] װאָלט דאָס נאָך געװען מײַן נחמה, און איך װאָלט געטאַנצט אין יסורים; זאָל ער זײַן אומדערבאַרעמדיק; הגם איך האָב נישט געלײקנט אָן די װערטער פֿון הײליקן.

[11] װאָס איז מײַן כּוֹח, אַז איך זאָל האָפֿן? און װאָס מײַן סוף, אַז איך זאָל אײַנהאַלטן מײַן געמיט?

[12] איז דער כּוֹח פֿון שטײנער מײַן כּוֹח? איז מײַן לײַב פֿון קופּער?

[13] איז דען פֿאַר מיר קײן הילף נישטאָ, און אַן עצה איז פֿאַרשטױסן פֿון מיר?

[14] דעם װאָס גײט אײַן קומט רַחמָנות פֿון זײַן חבֿר, אַפֿילו ער פֿאַרלאָזט די מורא פֿאַרן שַדַי.

[15] מײַנע ברידער האָבן געפֿעלשט װי אַ טײַך, װי דער שטראָם פֿון טײַכן װאָס גײען אַװעק,

[16] װאָס זײַנען טונקל פֿון אײַז – אױף זײ באַהאַלט זיך דער שנײ.

[17] בעת זײ װערן צעװאַרעמט, װערן זײ פֿאַרשװוּנדן, װי עס װערט הײס, צעגײען זײ פֿון זײער אָרט.

[18] עס דרײען זיך די װעגן פֿון זײער װאַנדער, זײ פֿאַרגײען אין נישט און װערן פֿאַרלאָרן.

[19] די קאַראַװאַנען פֿון תֵּימאָ האָבן אױסגעקוקט, די מחנות פֿון שבֿאָ האָבן געהאָפֿט אױף זײ,

[20] אָבער זײ האָבן זיך געשעמט װאָס זײ האָבן זיך פֿאַרזיכערט, זײ זײַנען אָנגעקומען ביז אַהין און אין שאַנד געבליבן.

[21] פֿאַר װאָר, אַצונד זײַט איר מיט אים, איר האָט דערזען דעם בראָך, און זיך דערשראָקן.

[22] האָב איך דען געזאָגט: גיט מיר װאָס, און פֿון אײַער פֿאַרמעג שענקט פֿאַר מיר?

[23] אָדער: מאַכט מיך אַנטרינען פֿון שׂונאס האַנט, און פֿון דער האַנט פֿון געװאַלטטוער זאָלט איר מיך אױסלײזן?

[24] לערנט מיך, און איך װעל שװײַגן, און װאָס איך האָב פֿאַרזען, גיט מיר צו פֿאַרשטײן.

[25] װי שטאַרק זײַנען ריכטיקע װערטער! אָבער װאָס באַװײַזט דאָס באַװײַזן פֿון אײַך?

[26] רעכנט איר װערטער פֿאַר אַ באַװײַז, און פֿאַר װינט די רײד פֿון פֿאַרצװײפֿלטן?

[27] אַפֿילו אױף אַ יתום װאָלט איר גורל װאַרפֿן, און איר װאָלט גראָבן אױף אײַער חבֿר.

[28] און אַצונד באַװיליקט, קערט אײַך צו מיר; און צי װעל איך אײַך אין פּנים אַ ליגן זאָגן?

[29] קערט אײַך אום, איך בעט אײַך, זאָל קײן עװלה נישט געשען, יאָ, קערט אײַך װידער אום, איך בין גערעכט דערין.

[30] איז אין מײַן צונג דאָ אומרעכט? צי שפּירט נישט מײַן גומען פֿאַרברעכן?

אִיובֿ — Chapters