[1] זע, די האָפֿענונג װערט צום נאַרן; שױן פֿון זײַן אָנבליק װערט מען דאָך אַנידערגעשלײַדערט.
[2] נישטאָ דער אַכזר אױף זיך װאָס זאָל אים װעלן אױפֿרײצן; הײַנט װער איז דער װאָס קען זיך שטעלן פֿאַר מיר?
[3] װער עס טרעט אַרױס אַקעגן מיר, דעם באַצאָל איך; װאָס אונטערן גאַנצן הימל איז מײַן.
[4] זאָל איך אים פֿאַרשװײַגן זײַנע פּלױדערײַען, און דאָס האָפֿערדיקע רעדן, און זײַן שײנעם מַעַנה-לשון?
[5] װער האָט אָפּגעדעקט זײַן אױסנװײניקסט מלבוש? צו זײַן טאָפּעלן געביס װער קען צוקומען?
[6] די טירן פֿון זײַן פּנים װער האָט געעפֿנט? אַרום זײַנע צײן איז אַן אימה.
[7] שטאָלץ זײַנען די פּאַנצערשופּן, צונױפֿגעשלאָסן װי מיט אַ זיגל אַ פֿעסטן;
[8] אײנע צו דער אַנדערער זײַנען זײ נאָנט, אַז אַ לופֿט קען נישט דורכגײן צװישן זײ.
[9] אײנע צו דער צװײטער איז באַהעפֿט, זײ האַלטן זיך פֿעסט און צעשײדן זיך נישט.
[10] זײַן ניסן שטראַלט אַרױס אַ ליכט, און זײַנע אױגן זײַנען װי די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.
[11] פֿון זײַן מױל גײען פֿלאַמען, פֿונקען פֿײַער רײַסן זיך אַרױס.
[12] פֿון זײַנע נאָזלעכער גײט אַ רױך, װי פֿון אַ קאָכיקן טאָפּ און ברענעדיקן ראָר.
[13] זײַן אָטעם גליט װי קױלן, און אַ פֿלאַקער גײט אַרױס פֿון זײַן מױל.
[14] אױף זײַן האַלדז רוט די שטאַרקײט, און אים פֿאַרױס טאַנצט די אַנגסט.
[15] די קנײטשן פֿון זײַן פֿלײש זײַנען באַהעפֿט; עס איז פֿעסט אױף אים, עס רירט זיך נישט.
[16] זײַן האַרץ איז פֿעסט װי שטײן, יאָ, פֿעסט װי אַן אונטערשטער מילשטײן.
[17] פֿאַר זײַן הײב שרעקן זיך די מאַכטיקע, פֿון צעבראָכנקײט װערן זײ אױסער זיך.
[18] װיל מען אים אָנקריגן, קען קײן שװערד נישט באַשטײן, קײן שפּיז, קײן װאַרפֿשפּיז, און קײן פֿײַל.
[19] ער באַטראַכט אײַזן פֿאַר שטרױ, און קופּער פֿאַר האָלץ פֿאַרפֿױלטן.
[20] אים פֿאַריאָגט נישט דער זון פֿון בױגן; פֿאַרקערט אין שפּרײ װערן פֿאַר אים שלײַדער-שטײנער.
[21] װי שפּרײ זײַנען פֿלעקער גערעכנט, און ער לאַכט פֿון רַעש פֿון דער פּיקע.
[22] זײַן אונטערזײַט איז שפּיציקע שאַרבנס; ער בעט אױס אַ דרעששליטן אױפֿן קױט.
[23] ער צעקאָכט װי אַ טאָפּ די טיפֿעניש, ער מאַכט דעם ים װי זוד.
[24] הינטער זיך לאָזט ער אַ ליכטיקן שטעג; מע מײנט דער תּהום איז גרײַזגראָ.
[25] נישטאָ אױף דער ערד זײַן גלײַכן, געמאַכט צו זײַן אָן אַ מורא.
[26] אױף יעטװעדער העכסטן קוקט ער אַראָפּ, ער איז דער מלך איבער אַלע שטאָלצע חיות.