Skip to content
Opens in a new window

[1] און ה׳ האָט געענטפֿערט אִיובֿן, און האָט געזאָגט:

[2] װיל זיך קריגן מיטן שַדַי דער טאַדלער? דער װאָס װיכּוחט זיך מיט אֱלוֹהַּ זאָל עס ענטפֿערן.

[3] האָט אִיובֿ געענטפֿערט ה׳ און האָט געזאָגט:

[4] זע, װינציק װאָס בין איך; װאָס קען איך דיר ענטפֿערן? איך טו אַרױף מײַן האַנט אױף מײַן מױל.

[5] אײן מאָל האָב איך גערעדט, און װעל מער נישט ענטפֿערן; יאָ, צװײ מאָל און װעל עס נישט װידער טאָן.

[6] האָט ה׳ געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם און האָט געזאָגט:

[7] גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן; איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.

[8] צי װילסטו אױך פֿאַרשטערן מײַן משפּט? װילסטו מיך באַשולדיקן כּדי דו זאָלסט גערעכט זײַן?

[9] אָדער צי האָסטו אַן אָרעם װי הָאֵל, און מיט אַ קֹול װי ער קענסטו דונערן?

[10] ציר זיך אַקאָרשט אָן מיט שטאָלץ און הױכקײט, און גלאַנץ און שײנקײט זאָלסטו אָנטאָן.

[11] פֿאַרשפּרײט דעם גרים פֿון דײַן צאָרן, און זע װוּ אַ שטאָלצער און דערנידער אים.

[12] זע װוּ אַ שטאָלצער און מאַך אים אונטערטעניק, און צעטרעט די רשעים אױף זײער אָרט.

[13] באַהאַלט זײ אין שטױב אין אײנעם, זײער פּנים פֿאַרדעקן אין פֿאַרבאָרגעניש.

[14] און איך אױך װעל דיר מודה זײַן, אַז דײַן רעכטע האַנט קען דיר העלפֿן.

[15] זע נאָר דעם װאַסערפֿערד װאָס איך האָב געמאַכט לעבן דיר; גראָז װי אַ רינד עסט ער.

[16] זע נאָר, זײַן כּוֹח איז אין זײַנע לענדן, און זײַן שטאַרקײט אין די פֿלײשפֿעדים פֿון זײַן בױך.

[17] ער שטעלט אױף זײַן עק װי אַ צעדערבױם, די אָדערן פֿון זײַנע דיכן זײַנען װי צװײַגן.

[18] זײַנע בײנער זײַנען רערן פֿון קופּער, זײַנע קנאָכנס װי אײַזערנע שטאַנגען.

[19] ער איז די פּער פֿון דרכי־אֵל, בלױז זײַן באַשעפֿער קען ברענגען זײַן שװערד.

[20] װאָרעם פֿוטער טראָגן אים די בערג, װאָס אַלע חיות פֿון פֿעלד שפּילן זיך דאָרטן.

[21] אונטער לאָטוסבײמער ליגט ער, אין פֿאַרבאָרגעניש פֿון ראָר און זומפּ.

[22] לאָטוסבײמער באַשירעמען אים מיט זײער שאָטן, אים רינגלען אַרום װערבעס פֿון טײַך.

[23] זע, דער טײַך פֿלײצט אַריבער, און ער אײַלט זיך נישט, ער איז זיכער, װען אַ יַרדן שפּאַרט זיך אין זײַן מױל.

[24] קען מען פֿאַר זײַנע אױגן אים כאַפּן, מיט פּאַסטקעס דורכלעכערן די נאָז?

[25] קענסטו אַרױסציען דעם לִויָתן מיט אַ װענדע, און מיט אַ שטריק אַראָפּשלעפּן זײַן צונג?

[26] קענסטו אַרײַנטאָן אַ ראָר אין זײַן נאָז, אָדער מיט אַ דאָרן דורכבױערן זײַן קינבאַק?

[27] װעט ער זיך פֿיל בעטן בײַ דיר? צי װעט ער רעדן צו דיר װײך?

[28] װעט ער שליסן אַ ברית מיט דיר, זאָלסט אים נעמען פֿאַר אַן אײביקן קנעכט?

[29] קענסטו זיך שפּילן מיט אים װי מיט אַ פֿױגל, און אים צובינדן פֿאַר דײַנע מײדלעך?

[30] װעלן זיך דינגען שותּפֿים איבער אים? װעלן זײ אים צעטײלן צװישן די הענדלער?

[31] קענסטו אָנפֿילן מיט שטעכערס זײַן פֿעל, און מיט פֿישהאָקן זײַן קאָפּ?

[32] טו אַרױף אױף אים דײַן האַנט! דערמאָן זיך די מלחמה, װעסטו עס מער נישט טאָן.

אִיובֿ — Chapters