Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ ברית האָב איך געשלאָסן מיט מײַנע אױגן; און װאָס זאָל איך קוקן אױף אַ יונגפֿרױ?

[2] װאָרעם װאָס איז דער חלק פֿון אֱלוֹהַּ פֿון אױבן, און די אַרב פֿון שַדַי פֿון דער הײך?

[3] אױב נישט אַ בראָך פֿאַרן פֿאַרברעכער, און אומגליק פֿאַר די טוער פֿון אומרעכט?

[4] זעט ער דען נישט אַלע מײַנע װעגן, און צײלט אַלע מײַנע טריט?

[5] אױב איך בין אומגעגאַנגען מיט ליגן, און געאײַלט צו באַטרוג האָט מײַן פֿוס –

[6] זאָל ער מיך װעגן אױף ריכטיקע װאָגשאָלן, און אֱלוֹהַּ װעט װיסן מײַן אומשולד –

[7] אױב מײַן טריט האָט זיך אָפּגענײגט פֿון װעג, און נאָך מײַנע אױגן איז געגאַנגען מײַן האַרץ, און אין מײַנע הענט האָט זיך אָנגעקלעפּט אַ פֿלעק,

[8] זאָל איך זײען, און אַן אַנדערער זאָל עסן, און מײַנע שפּראָצונגען זאָלן אױסגעװאָרצלט װערן.

[9] אױב מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן נאָך אַ פֿרױ, און איך האָב געלױערט בײַ דער טיר פֿון מײַן חבֿר,

[10] זאָל מאָלן פֿאַר אַן אַנדערן מײַן װײַב, און אַנדערע זאָלן קניִען איבער איר.

[11] װאָרעם דאָס איז אַ שענדלעכקײט, און דאָס איז אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן.

[12] װאָרעם דאָס איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט ביז אונטערגאַנג, און מײַן גאַנצע תּבֿואה װאָלט עס אױסגעװאָרצלט.

[13] אױב איך פֿלעג פֿאַראַכטן דאָס רעכט פֿון מײַן קנעכט און מײַן דינסט אין זײער קריג מיט מיר –

[14] װאָס װאָלט איך דען געטאָן, אַז אֵל זאָל אױפֿשטײן? און אַז ער װאָלט געמאָנט, װאָס װאָלט איך אים געענטפֿערט?

[15] האָט נישט דער װאָס האָט מיך אין מוטערלײַב באַשאַפֿן, אים באַשאַפֿן? און דער אײגענער אים אין טראַכט געפֿורעמט?

[16] אױב איך פֿלעג פֿאַרמײַדן דעם פֿאַרלאַנג פֿון די אָרימע, און די אױגן פֿון דער אַלמנה לאָזן אױסגײן;

[17] אָדער איך פֿלעג עסן מײַן ביסן אַלײן, און דער יתום האָט דערפֿון נישט געגעסן –

[18] נײן, פֿון מײַן יוגנט אָן איז ער אױפֿגעװאַקסן בײַ מיר װי בײַ אַ פֿאָטער, און פֿון מײַן מוטערלײַב אָן פֿלעג איך זי פֿירן.

[19] אױב איך פֿלעג צוזען אַן אומגליקלעכן אָן אַ מלבוש און אָן אַ צודעק דעם אבֿיון;

[20] אױב זײַנע לענדן האָבן מיך נישט געבענטשט, װײַל מיטן אָפּשער פֿון מײַנע שאָף פֿלעגט ער זיך דערװאַרעמען;

[21] אױב איך האָב געהױבן אױף אַ יתום מײַן האַנט, װײַל איך פֿלעג זען מײַנע העלפֿער אין טױער,

[22] זאָל מײַן אַקסל פֿון זײַן נאַקן אַראָפּפֿאַלן, און מײַן אָרעם זאָל פֿון געלענק אױסגעבראָכן װערן.

[23] װאָרעם דער בראָך פֿון אֵל איז געװען מײַן שרעק, און פֿון װעגן זײַן גרױסקײט פֿלעג איך זיך נישט דערװעגן.

[24] אױב איך האָב געמאַכט גאָלד מײַן האָפֿענונג, און אױף גינגאָלד געזאָגט מײַן בטחון;

[25] אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען װײַל מײַן פֿאַרמעג איז גרױס, און װײַל מײַן האַנט האָט דערגרײכט אַ סך;

[26] אױב איך פֿלעג צוקוקן די זון װי זי שײַנט, אָדער די לבֿנה פּראַכטיק גײענדיק,

[27] און מײַן האַרץ איז פֿאַרפֿירט געװאָרן אין פֿאַרבאָרגעניש, און מײַן מױל האָט געקושט מײַן האַנט;

[28] װאָלט דאָס אױך געװען אַ זינד צום פֿאַרמשפּטן, װאָרעם איך װאָלט געלײקנט אָן אֵל אין דער הײך.

[29] אױב איך פֿלעג זיך פֿרײען אױף דעם בראָך פֿון מײַן שׂונא, און בין געװען אױפֿגעראַמט אַז אים האָט געטראָפֿן בײז –

[30] אַז איך האָב צו מאָל נישט געלאָזט מײַן גומען זינדיקן, צו בעטן אַ קללה אױף זײַן לעבן –

[31] אױב די מענטשן פֿון מײַן געצעלט האָבן נישט געזאָגט: װער קען װײַזן אײנעם װאָס האָט זיך נישט אָנגעזעט מיט פֿלײש בײַ אים? –

[32] אױף דער גאַס פֿלעגט נישט נעכטיקן אַ פֿרעמדער, מײַנע טירן צום װעג פֿלעג איך עפֿענען –

[33] אױב איך האָב פֿאַרדעקט אַזױ װי אָדָם מײַנע פֿאַרברעכן, צו באַהאַלטן אין מײַן בוזעם מײַן זינד,

[34] װײַל איך פֿלעג מורא האָבן פֿאַרן גרױסן המון, און די פֿאַראַכטונג פֿון משפּחות פֿלעגט מיך שרעקן, און איך האָב געשװיגן און בין פֿון טיר נישט אַרױס –

[35] הלװאַי קריג איך ער זאָל מיר צוהערן! אָט איז מײַן אונטערשריפֿט, זאָל שַדַי מיר ענטפֿערן, און אַ געשריפֿטס זאָל אָנשרײַבן מײַן בַעַל-דין.

[36] פֿאַר װאָר, איך װעל עס אױף מײַן אַקסל טראָגן! איך װעל עס מיר אָנבינדן אַזױ װי אַ קרױן.

[37] די צאָל פֿון מײַנע טריט װעל איך אים דערצײלן; אַזױ װי אַ פֿירשט װעל איך צו אים גענענען.

[38] אױב מײַן ערד שרײַט אױס קעגן מיר, און אַלע אירע בײטן װײנען;

[39] אױב איר קראַפֿט האָב איך געגעסן אָן געלט, און די נשמה פֿון אירע אַרבעטער געלאָזט אױסהױכן,

[40] זאָל אַנשטאָט װײץ אױפֿגײן אַ דאָרן. און אַנשטאָט גערשט װילדגעװעקס. געענדיקט די װערטער פֿון אִיובֿן.

אִיובֿ — Chapters