[1] און אֶליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
[2] רעכנסטו דאָס פֿאַר רעכט, אַז דו זאָגסט: איך בין גערעכטער פֿון אֵל?
[3] װען דו זאָגסט: װאָס קומט דיר אַרױס? װאָסער נוץ האָב איך דערפֿון מער װי פֿון מײַן זינדיקן?
[4] װעל איך דיר ענטפֿערן װערטער, און דײַנע חבֿרים מיט דיר.
[5] לוג צו די הימלען, און זע, און קוק אױף די װאָלקנס װאָס זײַנען הױך איבער דיר.
[6] אַז דו זינדיקסט, װאָס װירקסטו אױף אים? און זײַנען פֿיל דײַנע פֿאַרברעכן, װאָס טוסטו אים?
[7] אַז דו ביסט גערעכט, װאָס גיסטו אים? אָדער װאָס נעמט ער פֿון דײַן האַנט?
[8] אַ מאַן װי דו גײט אָן דײַן שלעכטיקײט, און אַ מענטשנקינד דײַן גערעכטיקײט.
[9] פֿון װעגן די פֿיל רױבערײַען שרײַט מען, מע קלאָגט זיך װעגן דעם אָרעם פֿון די שטאַרקע,
[10] און מע זאָגט נישט: װוּ איז אֱלוֹהַּ מײַן באַשעפֿער, װאָס גיט געזאַנגען אין דער נאַכט;
[11] װאָס לערנט אונדז מער פֿון בהמות פֿון דער ערד, און מאַכט אונדז קליגער פֿון פֿױגל פֿון הימל?
[12] אָן שרײַט מען, און ער ענטפֿערט נישט, װעגן דער האָפֿערדיקײט פֿון די רשעים.
[13] אָבער פֿאַלש איז, אַז אֵל הערט נישט צו, און שַדַי קוקט עס נישט אָן.
[14] הגם דו זאָגסט, דו קענסט אים נישט זען, איז דער משפּט פֿאַר אים, און דאַרפֿסט האַרן אױף אים.
[15] און אַצונד, האָט דען פֿאַר גאָרנישט געשטראָפֿט זײַן צאָרן? און װײס ער נישט װױל פֿון דער מוטװיליקײט?
[16] אָבער אִיובֿ עפֿנט מיט נאַרישקײט זײַן מױל, אָן פֿאַרשטאַנדיקײט מערט ער װערטער.