[1] יאָ, דערפֿון ציטערט מײַן האַרץ, און שפּרינגט אױף פֿון זײַן אָרט.
[2] הערט, הערט די אומרו פֿון זײַן קֹול, און דעם ברום װאָס גײט אַרױס פֿון זײַן מױל.
[3] אונטערן גאַנצן הימל לאָזט ער אים לױז, און זײַן בליץ איז ביז די ברעגן פֿון דער ערד.
[4] הינטער דעם ברילט אַ קֹול; ער דונערט מיט דעם קֹול פֿון זײַן גרױסקײט; און מע קען זײ נישט אָפּהאַלטן, װען זײַן קֹול װערט געהערט.
[5] אֵל דונערט װוּנדערלעך מיט זײַן קֹול, ער טוט גרױסע זאַכן און מיר פֿאַרשטײען נישט.
[6] װאָרעם ער זאָגט צום שנײ: פֿאַל אױף דער ערד! דאָס גלײַכן צום גוסרעגן, צום גוס פֿון זײַנע מאַכטיקע רעגנס.
[7] ער פֿאַרחתמעט די האַנט פֿון יעטװעדער מענטשן, אַז אַלע מענטשן פֿון זײַן באַשאַף זאָלן װיסן.
[8] און די חיה גײט אַרײַן אין באַהעלטעניש, און רוט אין אירע נאָרעס.
[9] פֿון דער קאַמער קומט דער שטורעם, און פֿון צפֿון-װינטן די קעלט.
[10] פֿון דעם אָטעם פֿון אֵל גיט עס אײַז, און ברײטע װאַסערן װערן פֿעסט.
[11] יאָ, ער לאָדט אָן מיט פֿײַכטיקײט דעם װאָלקן, ער שפּרײט פֿונאַנדער זײַן בליצכמאַרע.
[12] און דאָס דרײט זיך רונד אַרום דורך זײַן קירעװען כּדי זײ זאָלן טאָן אַלץ װאָס ער באַפֿעלט זײ אױפֿן געזיכט פֿון דער ערדישער װעלט;
[13] סײַ ער שיקט עס פֿאַר אַ שטראָף, סײַ פֿאַר זײַן ערד, סײַ פֿאַר גענאָד.
[14] פֿאַרנעם דאָס דאָזיקע, אִיובֿ, שטײ און באַטראַכט די װוּנדער פֿון אֵל.
[15] װײסטו װי אֱלוֹהַּ לײגט עס אַרױף אױף זײ, און מאַכט לײַכטן דעם בליץ פֿון זײַן כמאַרע?
[16] פֿאַרשטײסטו דעם מִשקוֹלֶת פֿונעם װאָלקן, די װוּנדער פֿון דעם אַלװײסיקן?
[17] װי אַזױ דײַנע בגדים װערן הײס, װען די ערד ליגט שטיל פֿון דָרום-װינט?
[18] קענסטו אױסשפּרײטן די הימלען מיט אים, פֿעסט װי אַ געגאָסענער שפּיגל?
[19] מאַך אונדז װיסן װאָס מיר זאָלן זאָגן צו אים; מיר װײסן קײן לאַד נישט פֿון װעגן דער פֿינצטערניש.
[20] דאַרף אים דערצײלט װערן אַז איך רעד? צי דאַרף אַ מענטש אים אױסזאָגן, װען עס איז פֿאַרהױלן?
[21] און אָקערשט האָט מען נישט געזען אַ העלן שײַן אין הימל, איז אַ װינט אַריבער, און האָט אים אױסגעלײַטערט.
[22] פֿון צפֿון קומט אַ גילדערנע ליכטיקײט, אַ מוֹראדיקער גלאַנץ איז אַרום אֱלוֹהַּ.
[23] שַדַי, אים קענען מיר נישט אױסגעפֿינען; ער איז גרױס אין כּוֹח, אָבער רעכט און פֿולע גערעכטיקײט קריװדעט ער נישט.
[24] דערום פֿאָרכטן אים די מענטשן; ער קוקט זיך נישט אום אױף אַלע קלוגהאַרציקע.