Skip to content
Opens in a new window

[1] און ה׳ האָט געענטפֿערט אִיובֿן פֿון שטורעם, און האָט געזאָגט:

[2] װער פֿאַרטונקלט דאָס די כּװנה מיט װערטער אָן פֿאַרשטאַנדיקײט?

[3] גורט אַקאָרשט אָן װי אַ מאַן דײַנע לענדן, און איך װעל דיך פֿרעגן, און דו מאַך מיך װיסן.

[4] װוּ ביסטו געװען װען איך האָב געגרונטפֿעסט די ערד; זאָג, אױב דו װײסט פֿאַרשטאַנדיקײט.

[5] װער האָט געמאַכט אירע מאָסן, אױב דו װײסט? אָדער װער האָט געצױגן אַ מעסטשנור אױף איר?

[6] אױף װאָס זײַנען אירע גרונטמױערן אַרױפֿגעזעצט? אָדער װער האָט געלײגט איר װינקלשטײן?

[7] װען די מאָרגנשטערן האָבן אין אײנעם געזונגען, און אַלע זין פֿון אלֹקים האָבן געשאַלט.

[8] און װער האָט פֿאַרצאַמט מיט טירן דעם ים, װען ער האָט אױסגעבראָכן און איז פֿון טראַכט אַרױס?

[9] װען איך האָב געמאַכט דעם װאָלקן פֿאַר זײַן מלבוש, און דעם נעבל פֿאַר זײַן װיקלשנור,

[10] און איך האָב באַשטימט פֿאַר אים מײַן געזעץ, און געמאַכט ריגלען און טירן,

[11] און געזאָגט: ביז אַהער זאָלסטו קומען און נישט װײַטער, און דאָ װעט מען פֿאַרהאַלטן דעם שטאָלץ פֿון דײַנע אינדן?

[12] האָסטו זינט דײַן לעבטאָג באַפֿױלן דעם פֿרימאָרגן? אָנגעװיזן דעם באַגינען זײַן אָרט?

[13] כּדי אָנצונעמען די ברעגן פֿון דער ערד, אַז די רשעים זאָלן אַראָפּגעשאָקלט װערן פֿון איר.

[14] זי שעמערירט אַזױ װי זיגלװאַקס, און עס ליגט אַזױ װי אַ מלבוש.

[15] און פֿון די רשעים װערט פֿאַרמיטן זײער ליכט, און דער אױפֿגעהױבענער אָרעם װערט צעבראָכן.

[16] ביסטו געקומען צו די קװאַלן פֿון ים, און אױפֿן גרונט פֿון תּהום אומגעגאַנגען?

[17] זײַנען דיר אַנטפּלעקט געװאָרן די טױערן פֿון טױט, און האָסטו די טױערן פֿון טױטשאָטן געזען?

[18] האָסטו איבערגעקוקט ביז די ברײטקײטן פֿון דער ערד? זאָג, אױב דו װײסט דאָס אַלץ.

[19] אױף װאָסער װעג רוט דאָס ליכט? און די פֿינצטערניש, װוּ איז איר אָרט,

[20] אַז דו זאָלסט זי נעמען צו איר געמאַרק, און אַז דו זאָלסט פֿאַרשטײן די שטעגן צו איר הױז?

[21] דו װײסט דאָס, װאָרעם דו ביסט דענצמאָל שױן געװען געבאָרן, און די צאָל פֿון דײַנע טעג איז גרױס!

[22] ביסטו געקומען צו די אוֹצרות פֿון שנײ, אָדער האָסטו די אוֹצרות פֿון האָגל געזען,

[23] װאָס איך האָב באַהאַלטן פֿאַר אַ צײַט פֿון נױט, פֿאַרן טאָג פֿון קריג און מלחמה?

[24] אױף װאָסער װעג צעטײלט זיך דאָס ליכט, צעשפּרײט זיך דער מזרח-װינט איבער דער ערד?

[25] װער האָט דורכגעהאַקט פֿאַר דער פֿלײצונג אַ גראָבן, און אַ װעג פֿאַרן דונערגעװיטער?

[26] צו מאַכן רעגענען אױף אַ לאַנד אָן אַ מענטשן, אַ מדבר אָן אַ מוטערמענטשן דערין;

[27] אָנצוזעטן אַ װיסטקײט און אַ װיסטעניש, און מאַכן שפּראָצן אַן אױסװאַקס פֿון גראָז.

[28] האָט דער רעגן אַ פֿאָטער? אָדער װער האָט געבאָרן די טראָפּנס טױ?

[29] פֿון װעמעס בױך איז אַרױס דער אײַז? און דער פֿראָסט פֿון הימל, װער האָט אים געבאָרן?

[30] אַזױ װי שטײן װערן װאַסערן פֿאַרגליװערט, און דער פּנים פֿון תּהום װערט פֿאַרשטאַרט.

[31] קענסטו בינדן די קײטן פֿון זיבנשטערן, אָדער די שטריק פֿון אָריאָן לױז מאַכן?

[32] קענסטו אַרױסברענגען די מזלות אין זײער צײַט, און דעם בער מיט זײַנע קינדער אַרױספֿירן?

[33] װײסטו די געזעצן פֿון הימל? צי מאַכסטו זײַן געװעלטיקונג אױף דער ערד?

[34] קענסטו אױפֿהײבן צום װאָלקן דײַן קֹול, אַז אַ שפֿע פֿון װאַסער זאָל דיך באַדעקן?

[35] קענסטו אַרױסשיקן בליצן, זײ זאָלן גײן, און זאָגן צו דיר: דאָ זײַנען מיר?

[36] װער האָט אַרײַנגעטאָן אין די נירן חכמה? אָדער װער האָט געגעבן דעם גײַסט פֿאַרשטאַנדיקײט?

[37] װער צײלט איבער די װאָלקנס מיט חכמה? און די לאָגלען פֿון הימל װער גיסט אױס?

[38] װען דער שטױב איז צונױפֿגעגאָסן װי קלומפּ, און די גרודעס זײַנען צוזאַמענגעבאַקן.

[39] קענסטו פֿאַנגען פֿאַר דער לײבינטע רױב, און דעם באַגער פֿון די יונגלײבן אָנפֿילן,

[40] װען זײ בײגן זיך אין די נאָרעס, װען זײ זיצן אין צודעק אױף דער לױער?

[41] װער גרײט אָן דעם ראָב זײַן שפּײַז, װען זײַנע קינדער שרײַען צו אֵל, װען זײ װאַנדערן אום אָן עסן?

אִיובֿ — Chapters