[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
[2] ביז װאַנען װעט איר באַטריבן מײַן זעל, און מיך צעדריקן מיט װערטער?
[3] שױן צען מאָל אַז איר באַלײדיקט מיך, איר שעמט אײַך נישט מיך צו פּײַניקן.
[4] און אַז איך האָב שױן יאָ פֿאַרזען, װעט בײַ מיר דאָך בלײַבן מײַן פֿאַרזע.
[5] אױב איר װילט אין דער אמת זיך גרײסן קעגן מיר, און מיר פֿאָרװאַרפֿן מײַן שאַנד,
[6] טאָ װײסט אַז אֱלוֹהַּ האָט מיך געקריװדעט, און זײַן נעץ אַרומגעלײגט אַרום מיר.
[7] אָט שרײַ איך געװאַלט, און װער נישט געענטפֿערט, איך רוף, און נישטאָ קײן גערעכטיקײט.
[8] מײַן װעג האָט ער פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט דורכגײן, און אױף מײַנע שטעגן האָט ער אַ פֿינצטערניש אַרױפֿגעטאָן.
[9] מײַן כּבֿוד האָט ער אױסגעטאָן פֿון מיר, און אַראָפּגענומען די קרױן פֿון מײַן קאָפּ.
[10] ער צעשטױסט מיך רונד אַרום, אַז איך פֿאַרגײ, און ער האָט אױסגעריסן װי אַ בױם מײַן האָפֿענונג.
[11] און ער האָט אָנגעצונדן זײַן צאָרן אױף מיר, און ער רעכנט מיך פֿאַר זײַנעם אַ שׂונא.
[12] אין אײנעם קומען אױף מיר זײַנע מחנות, און זײ טרעטן אױס זײער װעג קעגן מיר, און זײ לאַגערן אַרום מײַן געצעלט.
[13] מײַנע ברידער האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר, און מײַנע באַקענטע זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿרעמדט פֿון מיר.
[14] מײַנע קרובֿים האַלטן זיך צוריק, און מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיך פֿאַרגעסן.
[15] מײַנע הױזװױנער און מײַנע דינסטן רעכענען מיך פֿאַר אַ פֿרעמדן, אַן אומבאַקענטער בין איך געװאָרן אין זײערע אױגן.
[16] איך רוף מײַן קנעכט, און ער ענטפֿערט נישט, איך בעט זיך בײַ אים מיטן מױל.
[17] מײַן אָטעם איז צוּװידער מײַן װײַב, און איך פֿאַרעקל די קינדער פֿון מײַן לײַב.
[18] אַפֿילו ייִנגלעך פֿאַראַכטן מיך, איך שטעל זיך, און זײ רעדן מיר אַקעגן.
[19] מיך פֿאַראומװערדיקן אַלע מײַנע פֿאַרטרױטע, און די װאָס איך האָב ליב, קערן זיך קעגן מיר.
[20] צו מײַן הױט און צו מײַן פֿלײש איז צוגעקלעפּט מײַן געבײן, און איך בין אַרױס מיט די יאַסלעס פֿון מײַנע צײן.
[21] דערבאַרעמט אײַך אױף מיר, דערבאַרעמט אײַך אױף מיר, איר חבֿרים מײַנע, װאָרעם די האַנט פֿון אֱלוֹהַּ האָט מיך געטראָפֿן.
[22] פֿאַר װאָס רודפֿט איר מיך אַזױ װי אֵל, און קענט זיך נישט אָנזעטן מיט מײַן פֿלײש?
[23] הלװאַי װערן נאָר אױפֿגעשריבן מײַנע װערטער! הלװאַי װערן זי אין אַ בוך פֿאַרצײכנט!
[24] מיט אַן אײַזערנער פּען און בלײַ אױף אײביק אין פֿעלדז אײַנגעהאַקט!
[25] װאָרעם איך װײס, מײַן אױסלײזער לעבט, און דאָס ער װעט אין די לעצטע טעג אױפֿשטײן אױף דער ערד.
[26] און כאָטש די װאָרעם װעלן דערנאָך מײַנע הױט פֿאַרדאָרבן, דאָך װעל איך אין מײַן פֿלײש ג-ט זען!
[27] אַז איך אַלײן זאָל זען פֿאַר מיר, און מײַנע אױגן זאָלן אָנקוקן, און נישט קײן אַנדערער – גײען אױס מײַנע נירן אין מײַן לײַב.
[28] װען איר זאָגט: װי װעלן מיר אים רודפֿן! אַזױ װי דער װאָרצל פֿון דער זאַך װאָלט זיך געפֿונען אין מיר,
[29] האָט מורא פֿאַר דער שװערד, װאָרעם מיט גרימצאָרן זײַנען די שטראָפֿן פֿון דער שװערד; דערום זאָלט איר װיסן אַז אַ משפּט איז פֿאַראַן.