[1] מיר אַלײן עקלט מײַן לעבן; איך װעל פֿון מיר לױז לאָזן מײַן קלאָג, איך װעל רעדן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.
[2] איך װעל זאָגן צו אֱלוֹהַּ: זאָלסט מיך נישט שולדיק מאַכן; לאָז מיך װיסן פֿאַר װאָס דו קריגסט זיך מיט מיר.
[3] איז דיר גוט אַז דו דריקסט, אַז דו פֿאַראַכטסט די מי פֿון דײַנע הענט, און דעם באַראָט פֿון די רשעים באַשײַנסטו?
[4] זײַנען אױגן פֿון פֿלײש בײַ דיר? צי זעסטו װי אַ מענטש זעט?
[5] זײַנען װי די טעג פֿון אַ מענטשן דײַנע טעג, צי דײַנע יאָרן װי די טעג פֿון אַ מאַן?
[6] אַז דו זוכסט מײַן זינד, און פֿאָרשט מײַן חטא,
[7] הגם דו װײסט אַז איך בין נישט שולדיק, נאָר נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון דײַן האַנט.
[8] דײַנע הענט האָבן מיך געפֿורעמט און געמאַכט מיט אַלעם מיט אַנאַנדער, פֿון דעסט װעגן ברענגסטו מיך אום.
[9] געדענק פֿאָרט, אַז װי לײם האָסטו מיך געמאַכט, און צו שטױב װעסטו מיך אומקערן.
[10] פֿאַר װאָר, װי מילך האָסטו מיך אױסגעגאָסן, און װי קעז האָסטו מיך פֿאַרגליװערט.
[11] מיט הױט און פֿלײש האָסטו מיך באַקלײדט, און מיט בײנער און אָדערן געפֿלאָכטן.
[12] לעבן און גענאָד האָסטו מיר באַשערט, און דײַן אָבאַכט האָט אָפּגעהיט מײַן גײַסט.
[13] אָבער דאָס האָסטו באַהאַלטן אין דײַן האַרצן, איך װײס אַז דאָס האָסטו געהאַט אין זינען:
[14] אַז איך זינדיק, װעסטו מיך היטן, און פֿון מײַן חטא מיך נישט רײן מאַכן.
[15] אַז איך בין שולדיק, איז װײ צו מיר, און בין איך גערעכט, קען איך נישט אױפֿהײבן דעם קאָפּ, זאַט מיט שאַנד, און זעענדיק מײַן פּײַן.
[16] און הײבט ער זיך אױף, יאָגסטו מיך װי אַ לײב, און אַלץ װידער באַגײסטו זיך משונה קעגן מיר.
[17] באַנײַסט דײַנע עדות קעגן מיר, און מערסט דײַן כּעס אױף מיר; געביטן נאָכאַנאַנד װערט דער חיל קעגן מיר.
[18] און נאָך װאָס האָסטו מיך פֿון טראַכט אַרױסגעצױגן? איך װאָלט פֿאַרגאַנגען, און אַן אױג װאָלט מיך נישט אָנגעזען.
[19] װי נישט געװען װאָלט איך געװען, פֿון מוטערלײַב װאָלט איך צום קבֿר געבראַכט געװאָרן.
[20] מײַנע טעג זײַנען דאָך װינציק, טאָ הער אױף, און טו זיך אָפּ פֿון מיר, איך זאָל זיך אױפֿמונטערן אַ ביסל,
[21] אײדער איך גײ אַװעק זיך נישט אומצוקערן, אין אַ לאַנד פֿון חושך און טױטשאָטן,
[22] אַ לאַנד טונקל װי די פֿינצטערניש אַלײן, טױטשאָטן אָן אָרדענונג, װוּ אַפֿילו אַז עס שײַנט, איז װי פֿינצטערניש.