Skip to content
Opens in a new window

[1] האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

[2] איך האָב געהערט פֿיל אַזױנס; צרהדיקע טרײסטער זײַט איר אַלע.

[3] װעט זײַן אַ סוף צו די װינטיקע רײד? אָדער װאָס שפּאַרט דיך אַז דו זאָלסט ענטפֿערן?

[4] איך װאָלט אױך געקענט רעדן װי איר אַז איר װאָלט געװען אױף מײַן אָרט; איך װאָלט געקניפּט װערטער אױף אײַך, און געשאָקלט אױף אײַך מײַן קאָפּ.

[5] איך װאָלט אײַך געשטאַרקט מיט מײַן מױל, און דער באַדױער פֿון מײַנע ליפּן װאָלט אײַך געלינדערט.

[6] אַז סײַ איך רעד, װערט נישט געמינערט מײַן װײטאָג, און סײַ איך הער אױף, גײט ער פֿון מיר נישט אַװעק;

[7] פֿאַר װאָר, אַצונד האָט ער מיך פֿאַרמאַטערט; האָסט צעגרױלט מײַן גאַנצע געזעלנשאַפֿט.

[8] און האָסט מיך צעקנײטשט – צום עדות איז עס געװאָרן; און מײַן מאָגערקײט שטײט אױף קעגן מיר, מיר אין פּנים קלאָגט זי אָן.

[9] זײַן צאָרן האָט פֿאַרצוקט מיט פֿײַנטשאַפֿט, ער האָט געקריצט אױף מיר מיט זײַנע צײן; מײַן שׂונא שלײַפֿט זײַנע אױגן אױף מיר.

[10] מע שפּאַרט אױף דאָס מױל אױף מיר, מיט שאַנד פּאַטשט מען מײַנע באַקן; אין אײנעם קלײַבן זײ זיך אױף מיר.

[11] אֵל ענטפֿערט מיך איבער צום פֿאַרברעכער, און אין די הענט פֿון רשעים װאַרפֿט ער מיך.

[12] רויִק בין איך געװען, און ער האָט מיך צעברעקלט, און מיך אָנגענומען בײַם געניק, און מיך צעפּיצלט; און ער האָט מיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר זײַן צילברעט.

[13] מיך רינגלען אַרום זײַנע שיסער, ער שפּאַלט מײַנע נירן, און דערבאַרעמט נישט, ער גיסט אױס צו דער ערד מײַן גאַל.

[14] ער צעברעכט מיך אַ בראָך אױף אַ בראָך, ער לױפֿט קעגן מיר װי אַ קריגסמאַן.

[15] זאַק האָב איך אױפֿגענײט אױף מײַן הױט, און געװעלגערט אין אַש מײַן האָרן.

[16] מײַן פּנים איז רױט פֿון געװײן, און אױף מײַנע ברעמען איז שאָטן פֿון טױט,

[17] פֿאַר קײן אומרעכט, נישט אין מײַנע הענט, בעת מײַן תּפֿילה איז רײן.

[18] ערד, זאָלסט נישט צודעקן מײַן בלוט, און זאָל נישט קײן אָרט זײַן פֿאַר מײַן געשרײ!

[19] אַפֿילו איצט אָט איז אין הימל מײַן עדות-זאָגער, און מײַן מליץ איז אױך אין דער הײך.

[20] מײַנע פֿירשפּעכערס זענען מײַנע שפּעטערס; צו אֱלוֹהַּ טוט טריפֿן מײַן אױג,

[21] הלװאַי אַז ער זאָל משפּטן צװישן אַ מאַן מיט אֱלוֹהַּ, װי צװישן אַ מענטשנקינד און זײַן חבֿר.

[22] װאָרעם די געצײלטע יאָרן גײען, און איך װעל אַװעק אױף אַ װעג פֿון װאַנען איך װעל זיך נישט אומקערן.

אִיובֿ — Chapters