[1] זע, אַלץ האָט געזען מײַן אױג, מײַן אױער האָט געהערט און זיך געמערקט.
[2] װי איר װײסט, װײס איך אױך, איך פֿאַל נישט אַראָפּ קעגן אײַך.
[3] אָבער איך װיל צום שַדַי רעדן, און טענהן צו אֵל װיל איך.
[4] איר אָבער זײַט שמירער פֿון ליגן, נישטיקע רופֿאים זײַט איר אַלע.
[5] הלװאַי װאָלט איר שװײַגן געשװיגן, װאָלט דאָס פֿון אײַך אַ חכמה געװען.
[6] הערט אַקאָרשט מײַן טענה, און די קריג פֿון מײַנע ליפּן פֿאַרנעמט.
[7] װילט איר פֿאַר אֵל רעדן אומרעכט, און פֿאַר אים רעדן באַטרוג?
[8] װילט איר זײַן פּנים שאַנעװען, צי װילט איר פֿאַר אֵל זיך קריגן?
[9] װעט גוט זײַן אַז ער װעט אײַך אױספֿאָרשן? צי װי מע נאַרט אַ מענטשן װעט איר אים אָפּנאַרן?
[10] שטראָפֿן װעט ער אײַך שטראָפֿן, אױב איר װעט אין פֿאַרבאָרגעניש שאַנעװען.
[11] פֿאַר װאָר, זײַן גרױסקײט װעט אײַך דערשרעקן, און זײַן פַּחד װעט פֿאַלן אױף אײַך.
[12] אײַערע בײַשפּילן זײַנען געגליכן צו אַש, צו הױפֿנס לײם אײַערע רײד הױפֿנס.
[13] לאָזט מיך אָפּ, און איך װעל רעדן, און זאָל קומען אױף מיר װאָס װיל.
[14] מעג זײַן װאָס, איך װעל נעמען מײַן פֿלײש אין מײַנע צײן, און מײַן לעבן װעל איך אײַנשטעלן אין מײַן האַנט.
[15] אָט װעט ער מיך טײטן – איך ריכט זיך אױף אים – אָבער מײַנע װעגן װעל איך אױפֿװײַזן פֿאַר אים.
[16] שױן דאָס װעט מיר זײַן אַ הילף, װאָס פֿאַר אים קען קײן פֿאַלשער נישט קומען.
[17] הערן הערט צו מײַן װאָרט, און מײַן אַרױסזאָג מיט אײַערע אױערן.
[18] אָט, איך בעט אײַך, לײג איך פֿאָר דעם משפּט; איך װײס אַז איך װעל זײַן גערעכט.
[19] װער איז דער װאָס קען קריגן מיט מיר? װאָרעם דענצמאָל װאָלט איך שװײַגן און פֿאַרגײן.
[20] נאָר צװײ זאַכן זאָלסטו נישט טאָן מיט מיר, דענצמאָל װעל איך פֿאַר דײַן פּנים זיך נישט פֿאַרבאָרגן:
[21] דײַן האַנט דערװײַטער פֿון מיר, און דײַן אימה זאָל מיך נישט שרעקן.
[22] און רוף, און איך װעל דיר ענטפֿערן, צי איך װעל רעדן, און ענטפֿער דו מיר.
[23] װיפֿל האָב איך זינד און חטאָים? מײַן פֿאַרברעך און מײַן חטא לאָז מיך װיסן.
[24] פֿאַר װאָס פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, און רעכנסט מיך פֿאַר אַ שׂונא צו דיר?
[25] צי אַ געטריבן בלאַט װילסטו אײַנשרעקן, און אַ פֿאַרטריקנטן שטרױ װילסטו נאָכיאָגן?
[26] װאָס דו שרײַבסט מיר אָן ביטערנישן, און מאַכסט מיך יַרשען די זינד פֿון מײַן יוגנט;
[27] און טוסט אַרײַן אין אַ קלאָץ מײַנע פֿיס, און היטסט אַלע מײַנע שטעגן; אַרום מײַנע פֿוסטריט גריבלסטו זיך.
[28] און איך בין װי אַ לאָגל װאָס צעקריכט, װי אַ בגד װאָס מאָיל האָט אים צעפֿרעסן.