[1] און אִיובֿ האָט װידער אױפֿגעהױבן זײַן גערײד, און האָט געזאָגט:
[2] װער מאַכט מיך אַזױ װי אין די חדשים פֿון אַ מאָל, װי אין די טעג װאָס אֱלוֹהַּ האָט מיך אָפּגעהיט!
[3] װען זײַן ליכט האָט געשײַנט איבער מײַן קאָפּ, װען פֿאַר זײַן שײַן פֿלעג איך גײן אין דער פֿינצטער.
[4] אַזױ װי איך בין געװען אין די טעג פֿון מײַן יוגנט, װען די פֿאַרטרױטקײט פֿון אֱלוֹהַּ איז געװען אױף מײַן געצעלט;
[5] װען שַדַי איז נאָך געװען מיט מיר; רונד אַרום מיר מײַנע קינדער.
[6] װען מײַנע טריט האָבן זיך געבאָדן אין שמאַנט, און דער פֿעלדז האָט געגאָסן בײַ מיר בעכן מיט אײל.
[7] אַז איך בין אַרױסגעגאַנגען צום טױער אין שטאָט, אױפֿגעשטעלט אין מאַרק מײַן זיץ,
[8] האָבן יונגעלײַט געזען און זיך באַהאַלטן, און גרײַזן האָבן זיך אױפֿגעהױבן און געשטאַנען.
[9] האַרן האָבן זיך אײַנגעהאַלטן פֿון װערטער, און די האַנט פֿלעגן זײ אַרױפֿטאָן אױף זײער מױל.
[10] דער קֹול פֿון גרױסע לײַט האָט זיך באַהאַלטן, און זײער צונג האָט זיך צוגעקלעפּט צו זײער גומען.
[11] װאָרעם װוּ אַן אױער האָט געהערט, האָט מיך געלױבט, און װוּ אַן אױג האָט געזען, האָט מיר צוגעשטימט.
[12] װײַל איך פֿלעג ראַטעװען דעם אָרעמאַן װאָס האָט געשריִען, און דעם יתום װאָס האָט נישט קײן העלפֿער.
[13] די ברכה פֿון דעם אומגליקלעכן פֿלעגט קומען אױף מיר, און דאָס האַרץ פֿון דער אַלמנה פֿלעג איך דערפֿרײען.
[14] איך האָב אָנגעטאָן רעכטפֿאַרטיקײט, און זי האָט מיך אָנגעטאָן, װי אַ מאַנטל און אַ הױב איז געװען מײַן גערעכטיקײט.
[15] אױגן בין איך געװען פֿאַרן בלינדן, און פֿיס פֿאַרן הינקעדיקן בין איך געװען.
[16] איך בין געװען אַ פֿאָטער פֿאַר די באַדערפֿטיקע, און דעם משפּט פֿון דעם װאָס איך האָב נישט געקענט, פֿלעג איך אױספֿאָרשן.
[17] און איך האָב צעבראָכן די באַקצײן פֿון דעם פֿאַרברעכער, און פֿון זײַנע צײנער אַרױסגעװאָרפֿן דעם רױב.
[18] און איך האָב געזאָגט: בײַ מײַן נעסט װעל איך פֿאַרגײן, און װי דער זאַמד װעל איך מערן טעג.
[19] מײַן װאָרצל װעט זײַן אָפֿן צום װאַסער, און דער טױ װעט נעכטיקן אױף מײַן צװײַג.
[20] מײַן כּבֿוד װעט בלײַבן פֿריש בײַ מיר, און מײַן בױגן װעט אין מײַן האַנט זיך באַנײַען.
[21] צו מיר האָט מען זיך צוגעהערט און געװאַרט, און מע פֿלעגט האַרן אױף מײַן עצה.
[22] נאָך מײַן זאָג פֿלעגט מען מער נישט רעדן, און אױף זײ פֿלעגט טריפֿן מײַן װאָרט.
[23] און זײ האָבן געװאַרט װי אױף רעגן אױף מיר, און אױפֿגעשפּאַרט זײער מױל װי אױף שפּעטרעגן.
[24] אַז איך פֿלעג לאַכן צו זײ, פֿלעגט זיך זײ נישט גלױבן; און דאָס ליכט פֿון מײַן פּנים פֿלעגן זײ נישט מינערן.
[25] איך פֿלעג אױסקלײַבן זײער װעג, און פֿלעג זיצן אױבן אָן, און רוען װי אַ מלך צװישן חיל, װי דער װאָס טוט טרױערער טרײסטן.