Skip to content
Opens in a new window

[1] און די דאָזיקע דרײַ מענער האָבן אױפֿגעהערט ענטפֿערן אִיובֿן, װײַל ער איז געװען גערעכט אין זײַנע אױגן.

[2] האָט געגרימט דער צאָרן פֿון אֶליהוא דעם זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי פֿון דער משפּחה רָם; אױף אִיובֿן האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס ער מאַכט זיך גערעכטער פֿון אלֹקים,

[3] און אױף זײַנע דרײַ גוטע פֿרײַנט האָט געגרימט זײַן צאָרן פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט געפֿונען אַן ענטפֿער, פֿון דעסט װעגן האָבן זײ באַשולדיקט אִיובֿן.

[4] און אֶליהוא האָט אָפּגעװאַרט מיט רײד אַקעגן אִיובֿן, װײַל זײ זײַנען געװען עלטער פֿון אים אין טעג.

[5] אָבער אַז אֶליהוא האָט געזען אַז קײן ענטפֿער איז נישטאָ אין מױל פֿון די דרײַ מענער האָט געגרימט זײַן צאָרן.

[6] און אֶליהוא דער זון פֿון בַרַכאֵל דעם בוזי האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: ייִנגער בין איך פֿון אײַך אין טעג, און איר זײַט גרײַזן, דערום האָב איך מיך געשײַט און מורא געהאַט אײַך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

[7] איך האָב געזאָגט: טעג זאָלן רעדן, און פֿיל יאָרן זאָלן מאַכן װיסן חכמה.

[8] אָבער עס איז רוּחַ אין מענטשן, און דער אָטעם פֿון שַדַי װאָס מאַכט זײ פֿאַרשטאַנדיק.

[9] נישט די גרױסע זײַנען חכמים, און נישט די זקנים פֿאַרשטײען װאָס איז גערעכט.

[10] דערום זאָג איך: הער מיר צו, לאָמיך אױך אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

[11] זעט, איך האָב אָפּגעװאַרט אױף אײַערע רײד, איך האָב צוגעהאָרכט צו אײַערע חָכמות, בעת איר האָט געזוכט װערטער.

[12] אָבער איך האָב זיך צוגעקוקט צו אײַך, ערשט נישטאָ װער זאָל באַװײַזן אִיובֿן, װער זאָל ענטפֿערן זײַנע װערטער, פֿון אײַך.

[13] אפֿשר װעט איר זאָגן: מיר האָבן אָנגעטראָפֿן חכמה, אֵל קען אים אָפּשלאָגן, נישט אַ מענטש;

[14] אָבער נישט ער האָט אָנגעריכט צו מיר די װערטער, און נישט מיט אײַערע רײד װעל איך אים ענטפֿערן.

[15] זײ זײַנען דערשראָקן, זײ ענטפֿערן מער נישט, אָפּגענומען זײַנען די װערטער פֿון זײ.

[16] און איך זאָל װאַרטן, װײַל זײ רעדן נישט, װײַל זײ שטײען און ענטפֿערן מער נישט?

[17] איך אױך װעל ענטפֿערן מײַן חלק, איך אױך װעל אַרױסזאָגן מײַן געדאַנק.

[18] װאָרעם איך בין פֿול מיט װערטער, מיך דריקט דער גײַסט פֿון מײַן לײַב.

[19] זע, מײַן לײַב איז װי װײַן װאָס איז נישט געעפֿנט, װי נײַע לאָגלען װערט ער צעפּלאַצט.

[20] איך װעל רעדן, און מיר װעט פֿרײַער װערן, איך װעל עפֿענען מײַנע ליפּן און ענטפֿערן.

[21] לאָמיך נאָר נישט שױנען קײן מאַנס פּנים, און קײן מענטשן נישט חנפֿען.

[22] װאָרעם איך װײס נישט װי צו חנפֿען; באַלד װאָלט מיך אַװעקנעמען מײַן באַשעפֿער.

אִיובֿ — Chapters