[1] און אִיובֿ האָט זיך אָפּגערופֿן, און האָט געזאָגט:
[2] אונטערגײן זאָל דער טאָג װאָס איך בין אין אים געבאָרן געװאָרן, און די נאַכט װאָס האָט אָנגעזאָגט: אַ ייִנגל איז אַנטפֿאַנגען געװאָרן.
[3] יענער טאָג זאָל זײַן חושך, נישט פֿרעגן זאָל אױף אים אֱלוֹהַּ פֿון אױבן, און נישט שײַנען זאָל אױף אים אַ ליכטיקײט.
[4] צונעמען פֿאַר זיך זאָלן אים חושך און טױטשאָטן, אַ װאָלקעניש זאָל רוען אױף אים, כמאַרעס פֿון טאָג זאָלן אים שרעקן.
[5] יענע נאַכט, אַ שטאָקפֿינצטערניש זאָל זי נעמען, זי זאָל זיך נישט פֿרײען אין די טעג פֿון יאָר, אין דער צאָל פֿון חדשים זאָל זי נישט אַרײַנגײן.
[6] אָט יענע נאַכט זאָל זײַן װיסט, נישט קומען אין איר זאָל אַ געזאַנג.
[7] פֿלוכן זאָלן זי די װאָס שילטן דעם טאָג, די װאָס זײַנען גרײט דעם לִויָתן אױפֿצוּװעקן.
[8] פֿינצטער זאָלן װערן אירע אָװנטשטערן, זי זאָל האָפֿן אױף ליכט, און נישטאָ, און נישט אָנזען די ברעמען פֿון פֿרימאָרגן.
[9] װײַל זי האָט נישט פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון מײַן מוטערלײַב, און פֿאַרבאָרגן מאַטערניש פֿון מײַנע אױגן.
[10] פֿאַר װאָס בין איך נישט פֿון טראַכט געשטאָרבן? אַרױס פֿון לײַב און פֿאַרגאַנגען?
[11] אַלמַאי האָבן מיך קני צוגענומען? און נאָך װאָס בריסט, איך זאָל זײגן?
[12] װאָרעם איך װאָלט אַצונד געלעגן און געװען שטיל, איך װאָלט געשלאָפֿן, איך װאָלט רו געהאַט דענצמאָל;
[13] מיט מלכים און יוֹעצים פֿון דער ערד, װאָס פֿאַרבױען װיסטענישן פֿאַר זיך;
[14] אָדער מיט שׂרָרות װאָס האָבן גאָלד, װאָס פֿילן זײערע הײַזער מיט זילבער.
[15] אָדער איך װאָלט גאָרנישט געװען, װי אַ באַהאַלטענער מפּיל, װי קינדער װאָס האָבן דעם שײַן נישט געזען.
[16] דאָרט הערן אױף די רשעים צו רודערן, און דאָרט רוען די מידע אָן כּוֹח.
[17] אין אײנעם באַרוט זײַנען די געפֿאַנגענע, זײ הערן נישט דעם קֹול פֿון אַ דריקער.
[18] קלײן און גרױס איז דאָרטן, און דער קנעכט איז פֿרײַ פֿון זײַן האַר.
[19] פֿאַר װאָס גיט ער ליכט דעם װאָס מאַטערט זיך, און לעבן די פֿאַרביטערטע אין געמיט?
[20] די װאָס האַרן אױפֿן טױט, און ער קומט נישט, און זײ אַקערן נאָך אים מער װי נאָך אוֹצרות;
[21] די װאָס װאָלטן זיך פֿרײען מיט שׂימחה, װאָס װאָלטן קװעלן, אַז זײ װאָלטן געפֿינען דעם קבֿר;
[22] צו דעם מאַן װאָס זײַן װעג איז פֿאַרבאָרגן, און אֱלוֹהַּ האָט פֿאַרצאַמט פֿאַר אים?
[23] װאָרעם גלײַך װי מײַן ברױט קומט מײַן זיפֿצן, און אַזױ װי װאַסער גיסן זיך מײַנע געשרײען.
[24] װאָרעם די אַנגסט װאָס איך האָב געאַנגסט איז מיר אָנגעקומען, און װאָס איך האָב געפֿאָרכט איז מיר געשען.
[25] איך האָב קײן שלװה און קײן רו און קײן מנוחה נישט, און ציטערניש איז געקומען.