[1] און אֶליהוא האָט װײַטער געזאָגט:
[2] װאַרט מיר אַ װײַלע, און איך װעל דיר זאָגן, װאָרעם פֿאַראַן נאָך װערטער װעגן אֱלוֹהַּ.
[3] איך װעל אױפֿהײבן מײַן געדאַנק װײַט אַהין, און מײַן באַשעפֿער װעל איך געבן גערעכטיקײט.
[4] װאָרעם פֿאַר װאָר, נישט פֿאַלש זײַנען מײַנע װערטער, אױפֿריכטיק אין געדאַנקען בין איך צו דיר.
[5] זע, אֵל איז מאַכטיק, אָבער ער פֿאַראַכט קײנעם נישט; ער איז מאַכטיק אין כּוֹח פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
[6] ער לאָזט נישט דעם רשע בלײַבן לעבן, און גיט די אָרימע זײער רעכט.
[7] ער נעמט נישט אַראָפּ זײַנע אױגן פֿון דעם צדיק; און מיט מלכים אױפֿן טראָן זעצט ער זײ אױף אײביק, און זײ װערן דערהײכט.
[8] און אױב זײ זײַנען געשמידט אין קײטן, באַצװוּנגען אין שטריק פֿון פּײַן,
[9] רעדט ער זײ אױס זײער טוּונג, און זײערע פֿאַרברעכן װען זײ שטאַרקן זיך.
[10] ער אַנטפּלעקט זײער אױער פֿאַר מוסר, און הײסט, אַז זײ זאָלן זיך אומקערן פֿון אומרעכט.
[11] אױב זײ הערן, און דינען, ענדיקן זײ זײערע טעג אין גוטס, און זײערע יאָרן אין נַחַת.
[12] און אױב זײ הערן נישט, קומען זײ אום דורכן שװערד, און פֿאַרגײען אָן פֿאַרשטאַנדיקײט.
[13] אָבער די זינדיקע אין האַרצן לײגן אָן צאָרן; זײ שרײַען נישט צו אים װען ער בינדט זײ.
[14] אין יוגנט שטאַרבט זײער זעל, און זײער לעבן – װי די שאַנדיונגען.
[15] ער ראַטעװעט דעם געדריקטן דורך זײַן געדריקטקײט, און אַנטפּלעקט דורך דער נױט זײער אױער.
[16] און אױך דיך װאָלט ער אַרױסגעצױגן פֿון דער קלעם, אין דערברײטערניש װוּ קײן ענגשאַפֿט איז נישטאָ; און דאָס געדעק פֿון דײַן טיש װאָלט פֿול זײַן מיט פֿעטקײט.
[17] װײַל אָבער ביסט פֿול מיט דער טענה פֿון דעם רשע האַלט דיך דער משפּט און די גערעכטיקײט.
[18] פֿאַר װאָר, זאָל דיך נאָר דער גרימצאָרן נישט אָנרעדן צו צװײפֿל, און זאָל די גרױסע אָפּקומעניש דיך נישט אַראָפּפֿירן.
[19] האָט דען אַ װערדע דײַן נישט אײַנגעהאַלטענער געשרײ, און אַל די שטאַרקע ראַנגלענישן?
[20] זאָלסט נישט געלוסטן די נאַכט, װען פֿעלקער װערן פֿאַרשװוּנדן אױפֿן אָרט.
[21] היט זיך זאָלסט זיך נישט קערן צו אומרעכט, הגם דו װאָלסט דאָס אױסדערװײלט אײדער פּײַן.
[22] זע, אֵל איז דערהױבן אין זײַן שטאַרקײט; װער איז אַזאַ לערער װי ער?
[23] װער האָט אים באַפֿױלן זײַן װעג? און װער קען זאָגן: דו טוסט אַן עװלה?
[24] געדענק, אַז דו זאָלסט גרײסן זײַן װערק װאָס מענטשן האָבן באַזונגען.
[25] אַלע מענטשנקינדער האָבן עס געזען, דער מענטש קוקט עס אָן פֿון דער װײַטן.
[26] זע, אֵל איז גרױס, און מיר פֿאַרשטײען נישט, די צאָל פֿון זײַנע יאָרן איז נישט צו דערפֿאָרשן.
[27] װאָרעם ער ציט אָפּ די טראָפּנס װאַסער, זײ זאָלן זײַען רעגן פֿון זײַן נעפּל;
[28] װען די הימלען פֿליסן, און טריפֿן אױף מענטשן אַ סך.
[29] יאָ, צי פֿאַרשטײט מען די שפּרײטונגען פֿון װאָלקן, די געפּילדערס פֿון זײַן געצעלט?
[30] זע, ער שפּרײט אױס דערױף זײַן ליכט; און די װאָרצלען פֿון ים דעקט ער צו.
[31] װאָרעם דערמיט משפּט ער פֿעלקער, גיט ער שפּײַז אין שפֿע.
[32] ער שפּרײט אױס אױפֿן הימלװעלב דעם בליץ, און באַפֿעלט אים ער זאָל טרעפֿן.
[33] עס זאָגט אָן װעגן אים דער צאָרן, דער כּעס פֿון דעם שטורעם.