[1] האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:
[2] דערום ענטפֿערן מיר מײַנע געדאַנקען – פֿון װעגן װאָס איך שפּיר אין מיר:
[3] דעם שטראָף פֿון מײַן שאַנד האָב איך געהערט, און אַ גײַסט פֿון מײַן פֿאַרשטאַנד ענטפֿערט מיר.
[4] װײסטו דאָס װאָס איז פֿון אײביק אָן, פֿון זינט דער מענטש איז געמאַכט אױף דער ערד?
[5] אַז דאָס געזאַנג פֿון רשעים איז אױף קורצן, און די שׂימחה פֿון זינדיקן אױף אַ רגע?
[6] װען ביזן הימל זאָל אַרױפֿגײן זײַן הײך, און זײַן קאָפּ זאָל ביזן װאָלקן דערגרײכן,
[7] װעט ער װי זײַן אײגן קױט אױף אײביק אונטערגײן; זײַנע זעער װעלן זאָגן: װוּ איז ער?
[8] װי אַ חלום װעט ער אַװעקפֿליען, און מע װעט אים נישט געפֿינען, און ער װעט פֿאַריאָגט װערן װי אַ זעונג פֿון דער נאַכט.
[9] דאָס אױג האָט אים אָנגעקוקט, און נישט מער, און מער װעט אים נישט אָנזען זײַן אָרט.
[10] זײַנע קינדער װעלן פֿאַרגיטיקן די אָרימע, יאָ, זײַנע אײגענע הענט װעלן צוריקגעבן זײַן גוטס.
[11] זײַנע בײנער זײַנען פֿול מיט זײַן יוגנט, אָבער מיט אים אין שטױב װעט זי זיך לײגן.
[12] הגם זיס איז דאָס בײז אין זײַן מױל, ער באַהאַלט עס אונטער זײַן צונג,
[13] ער שױנט עס, און לאָזט עס נישט אָפּ, און האַלט עס צו אױף זײַן גומען,
[14] װערט זײַן שפּײַז פֿאַרקערט אין זײַנע אינגעװײד, גאַל פֿון שלאַנגען איז אינעװײניק בײַ אים.
[15] פֿאַרמעג האָט ער אײַנגעשלונגען, און װעט עס אױסברעכן, פֿון זײַן בױך װעט עס אֵל אַרױסטרײַבן.
[16] גיפֿט פֿון שלאַנגען פֿלעגט ער זױגן, װעט די צונג פֿון אַ נאָטער אים הרגען.
[17] ער װעט נישט אָנזען די בעכן, די טײַכנשטראָמען פֿון האָניק און שמאַנט.
[18] ער גיט צוריק זײַן מי, און װעט עס נישט אַראָפּשלינגען, װי שטאַרק זײַן פֿאַרמעג, װעט ער זיך דערמיט נישט אָנפֿרײען.
[19] װײַל ער האָט צעדריקט, הפֿקר געלאָזט די אָרימע, געגזלט אַ הױז װאָס ער האָט נישט געבױט.
[20] װײַל ער האָט נישט געװוּסט קײן רו אין זײַן לײַב, װעט ער מיט זײַן שאַץ נישט אַנטרונען װערן.
[21] נישטאָ קײן איבערבלײַב פֿון זײַן פֿרעסערײַ, דערום װעט זײַן גוטס נישט געװערן.
[22] װען זײַן קראָפּ איז פֿול, װעט אים ענג װערן, װוּ אַ האַנט פֿון אַן אומגליקלעכן, װעט קומען אױף אים.
[23] ער װעט האַלטן בײַ אָנפֿילן זײַן בױך, װעט ער אָנשיקן אױף אים זײַן גרימצאָרן, און מאַכן רעגענען אױף אים מיט זײַן שפּײַז.
[24] ער װעט אַנטלױפֿן פֿון אַן אײַזערנעם װאַפֿן, װעט אים דורכלעכערן אַ קופּערנער בױגן.
[25] ער טוט אַ צי, און עס קומט אַרױס פֿון לײַב, יאָ, די בליציקע פֿײַל גײט אַרױס פֿון זײַן גאַל; אימות זײַנען אױף אים.
[26] גאָרע פֿינצטערניש איז באַהאַלטן פֿאַר זײַנע אוֹצרות, אים װעט פֿאַרצערן אַ פֿײַער פֿון קײנעם נישט אױפֿגעבלאָזן; עס װעט אָפּעסן דעם איבערבלײַב אין זײַן געצעלט.
[27] די הימלען אַנטפּלעקן זײַן זינד, און די ערד שטעלט זיך אױף קעגן אים.
[28] אַװעק װעט דער אײַנקום פֿון זײַן הױז, עס װערט צערונען אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.
[29] דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן פֿון אלֹקים, און זײַן באַשערטע ירושה פֿון אֵל.